רוי:קוילנשטאף
קױלנשטאָף אדער קאַרבאָן איז אַ װיכטיקער כעמישער עלעמענט, און פֿון די װיכטיקסטע עלעמענטן פֿון די אָרגאַנישע־מאַטעריאַלן (דהײנו, פֿון די לעבעדיקע באַשעפֿענישן). זײַן סימבאָל איז C (לאטייניש: Carbon), זײַן אַטאָם־מאָס איז 12 און זײַן אַטאָם־נומער איז 6.
קוילנשטאף איז דער עיקר און הויפט עלעמענט אויף וואס די כעמיע פון לעבן איז באזירט.
דער נאמען "קאַרבאָן" שטאמט פון א לאטיין ווארט וואס מיינט קוילן.
בעלי חיים זײַנען אױסגעפֿארמט פֿון עטלעכע כעמיקאַלע עלעמענטן: קוילנשטאף, װאַסערשטאָף, שטיקשטאָף, און זױערשטאָף. דאָס עלעמענט קוילנשטאף האָט די מערסטע אָרגאַנישע פֿאַרבינדונגען (פֿון אַלע 4 זײַטן) װאָס דערפֿאר קען דאָס זיך שטאַרקער פֿאַרבינדן מיט זיך אַלײן און מיט אַנדערע כעמיקאַלע עלעמענטן.
דאס קלענסטע נאטירלעכע מאלעקול פון קוילנשטאף איז מעטאן (ענגליש: "methane", דײַטש: "Methan") וואס האט אן אטאם פון קוילנשטאף און פיר אטאמען פון וואסערשטאף. די כעמישע פארמעל פון מעטאן איז "CH4".