רוי:קארניש

ווערסיע פון 05:15, 10 יולי 2015 דורך YI>פוילישער (רעדאַקטירונגען פֿון נייגעריגער צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון [[User:פוילישער|...)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

קארניש (Kernowek אדער Kernewek) איז א קעלטישע שפראך וואס מען פלעג רעדן אין קארנוואל. קארניש ווערט אנערקענט אינעם פאראייניגטן קעניגרייך ווי א מינאריטעט־שפראך. קארניש איז גאנץ ענלעך צו ברעטאניש און שטאמט פון דער זעלבער שפראך ווי וועלשיש. אין דער מיטל אלטער איז קארניש געווען די איינציקע שפראך אין קארנוואל.

מען שרייבט קארניש מיטן לאטיינישן אלפאבעט.

ארום אכציג פראצענט פון זיינע ווערטער זענען פארבינדן מיט וועלשיש און ברעטאניש, פינעף-און-דרייסיג פראצענט מיט איריש און סקאטיש.

היינט צו טאג זענען פארהאן ארום 557 מענטשן וואס באניצן זיך מיט דער שפראך. ביי ארום צוואנציג פון זיי איז עס די מוטער שפראך.

היסטאריע

קארניש שטאמט פון דער בריטאנישער שפראך וואס מען האט גערעדט אין בריטאניע אין דער תקופה פון דער אייזערנער עפאכע און דער רוימישער תקופה. ביסלעכווייז האט אנגלא-סאקסיש זיך צעשפרייט צו מערב, ביז עס זענען געבליבן בריטאניש רעדער נאר אין וויילס און קארנוואל. פון קארנוואל האבן א טייל עמיגרירט קיין ברעטאן אין פראנקרייך וואו די שפראך האט זיך אנטוויקלט צו ברעטאניש.

אין דעם 13טן יארהונדערט האבן 39,000 מענטשן גערעדט קארניש. אין יענער תקופה האט מען געשריבן די טראדיציאנעלע קארנישע ליטעראטור.

אין 1549 האט דער פארלאמענט אויפגענומען א געזעץ צו ענדערן די שפראך פון די געבעטן אין די קלויסטערס פון לאטיין צו ענגליש. אסאך קארניש רעדער האבן געקעמפט קעגן דעם געזעץ און געהאלטן א קאמף קעגן דער רעגירונג. מער ווי 4,000 מענטשן זענען געווארן אויסגעהרגעט דורך דער מיליטער פונעם קעניג עדווארד דער זעקסטער.

וועבלינקען

וויקיפּעדיע אויף קארניש