רוי:קאפיטאל

ווערסיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

קאַפיטאַל באצייכנט די פארמעגן פון א מענטש (אדער וואס פאר א קערפער), וואס ער קען ניצן צו שאפן פראדוקטן אדער צו פארדינען אן איינקונפט. דער טערמין "קאפיטאל" ווערט ברייט געניצט אין די געביטן פון עקאנאמיק, פינאנץ און חשבון־פירעריי; דער גענויער באדייט פונעם ווארט קען ענדערן לויט די געביטן.

עקאנאמיק

אין עקאנאמיק, איז קאפיטאל איינער פון די דריי פאקטארן פון פראדוקציע; די אנדערע צוויי זענען באדן און ארבעט. גיטער וואס זענען קאפיטאל קען מען ניצן אין פראדוקציע, ווערן פאבריצירט דורך מענטשן (אנדערש ווי באדן און נאטירלעכע רעסורסן), און ווערט נישט אויסגעניצט דורך פראדוקציע. מוסטער:עקאנ-שטומף