רוי:טשאלענדזשער קאסמאס שאטל

ווערסיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
Shuttle-challenger.jpg
די טשאַלענדזשער עקספּלאָדירט נאָך צעשיקונג אין 1986

קאָסמאָס שאַטל טשאַלענדזשער (ענגליש: Space Shuttle Challenger; דעזיגנירט OV-099) איז געווען די צווייטע קאָסמאָס שאַטל וואס NASA האט געבויט צו פֿליען צום קאָסמאָס. די שאַטל האט עקספּלאָדירט 73 סעקונדעס נאָך דעם וואָס זי האט אויפֿגעהויבן זיך פֿון קייפּ קאַנאַוועראָל דעם 28סטן יאנואר 1986. אַלע זיבן אַסטראָנויטן זענען אומגעקומען. די קראַך האט געשען ווייל אַ גומע רינג האט נישט אױסגעברײט צו פֿילן אן אַ רוים אין איין פֿון די פֿאַרגיכערונג ראַקעטעס, צוליב דאָס קאלט וועטער.

די טשאַלענדזשער איז געהייסן נאָך אַ שיף פֿונעם קעניגלעך פֿלאָט וואָס האט אויסגעפֿאָרשט די פּאַציפֿישן און אַטלאַנטישן אָקעאַנען צווישן 1872 און 1876.

מאַנשאַפֿט

 
די טשאַלענדזשער אַסטראָנויטן

מיסיעס

# דאטע מיסיע באמערקונגען
1 4טן אפריל 1983 STS-6 אפגעלאדן TDRS-1. ערשטע קאסמאס-גיין ביי א קאסמאס שאטל מיסיע.
2 18טן יוני 1983 STS-7 אפגעלאדן צוויי קאמנויקאציע סאטעליטן. סאלי רייד ווערט די ערשטע אמעריקאנע פרוי אין קאסמאס.
3 30סטן אויגוסט 1983 STS-8 אפגעלאדן Insat-1B. גויאן בלופארד ווערט דער ערשטער אפריקאנער-אמעריקאנער אין קאסמאס. ערשטע נאכט צעשיקונג און נאכט לאנדונג פון א קאסמאס שאטל.
4 3טן פעברואר 1984 STS-41-B אפגעלאדן צוויי קאמוניקאציע סאטעליטן. די ערשטע קאסמאס-גיין אָן א קאַבל פארבונדן מיטן שאטל.
5 6טן אפריל 1984 STS-41-C סערוויס מיסיע פארן סאלאר מאקס סאטעליט.
6 5טן אקטאבער 1984 STS-41-G אפגעלאדן א סאטעליט צו מעסטן די שטראלונג פון ערד. ערשטע מיסיע מיט צוויי פרויען אינעם מאנשאפט. קאטרין די סאליוואן ווערט די ערשטע אמעריקאנע פרוי אויסצופירן א דרויסנדיקע אקטיוויטעט, און מארק גארנו ווערט דער ערשטער קאנאדער אין קאסמאס.
7 29סטן אפריל 1985 STS-51-B געטראגן ספייסלאב-3.
8 29סטן יולי 1985 STS-51-F געטראגן ספייסלאב-2.
9 30סטן אקטאבער 1985 STS-61-A געטראגן די דייטשישע ספייסלאב D-1.
10 28סטן יאנואר 1986 STS-51-L די שאטל האט עקספלאדירט ביים צעשיקונג און די זיבן אסטראנויטן זענען אומגעקומען.