רוי:קאנסטאנטין כאבענסקי

ווערסיע פון 12:37, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

 

קאנסטאנטין כאבענסקי

קאָנסטאַנטין כאַבענסקי (רוסיש: Константин Хабенский, געב. דעם 11טן יאַנואַר 1972, לענינגראַד, פססר) איז א רוסלענדישער טעאַטער- און קינאָ-אַקטיאָר פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.

לעבנס-געשיכטע

קאָנסטאַנטין כאַבענסקי איז געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין לענינגראַד (היינט פעטערבורג). זינט 1981 ביז 1985 האָט ער געוווינט אין דער שטאָט ניזשנעוואַרטאָווסק אין מערב-סיביר, וווּ עס האָבן דעמלט געאַרבעט זײַנע עלטערן, אינזשענערן-הידראָלאָגן לויטן פאַך.

אין 1990 – 1995 האָט קאָנסטאַנטין כאַבענסקי זיך געלערנט אינעם לענינגראַדער מלוכה-אינסטיטוט פאַר טעאַטער, מוזיק און קינעמאַטאָגראַפיע. אין אָט די יאָרן האָט ער אָנגעהויבן אַרויסטרעטן אין פּעטערברוגער טעאַטערן און עפּיזאָדיש אויך אין קינאָ. אין 1996 האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין מאָסקווע, וווּ ער האָט געשפּילט אויף דער בינע פון אַרקאַדי רײַקינס טעאַטער "סאַטיריקאָן". איצט אַרבעט קאָנסטאַנטין כאַבענסקי אינעם מאָסקווער קינסטלערישן טעאַטער אויף אַנטאָן טשעכאָווס נאָמען. פאַראַלעל איז ער געוואָרן איינער פון די פּאָפּולערסטע הײַנטצײַטיקע רוסלענדישע קינאָ-אַקטיאָרן.

באַזונדערס איז ער באַקאַנט געוואָרן נאָך אויספילן די ראָליע פון אַנטאָן גאָראָדצקי אין די רוסלענדישע פאַנטאַסטישע פילמען "נאַכט-פּאַטרול" («Ночной дозор», 2004) און "טאָג-פּאַטרול" («Дневной дозор», 2005). קאָנסטאַנטין כאַבענסקי האָט אויסגעפילט ראָליעס פון יידישע פּערסאָנאַזשן אין רוסלענדישע פילמען: הערש יצחק גרשוני אינעם היסטאָרישן פילם "די אימפּעריע אונטערן קלאַפּ" («Империя под ударом», 2000), דמיטרי באָגראָוו אינעם היסטאָרישן פילם "דאָס לעבן און דער טויט פון פּיאָטר אַרקאַדיעוויטש סטאָליפּין" («Жизнь и смерть Петра Аркадьевича Столыпина», 2002), ליוושיץ אינעם פילם "אייגענע" («Свои», 2004), לייב טראָצקי אינעם פילם "יעסענין" («Есенин», 2005), גרין אינעם קינאָ-סעריִאַל "סטאַטס-ראַטגעבער" («Статский советник», 2005"), אהרן סימאַנאָוויטש אינעם היסטאָרישן פילם "ראַספּוטין" («Распутин», 2011), יורי לעוויטאַן אינעם פילם מיטן זעלבן נאָמען («Юрий Левитан», 2014), אלכּסנדר פּעטשערסקי אינעם פֿילם "סאָביבאָר" ("Собибор", 2017) אא.

צוגאָבלעגע אינפאָרמאַציע

נאַטאַליע כאַבענסקאַיאַ, די עלטערע שוועסטער פון קאָנסטאַנטין כאַבענסקי, איז אַ זינגערן אַן אויספילירן פון ייִדישע לידער, אַ סאָליסטקע פונעם פּעטערבורגער ייִדישן מוזיקאַלן אַנסאַמבל. קאָנסטאַנטין כאַבענסקי האָט געגרינדעט אין רוסלאַנד אַ צדקה-פאָנד לטובת קינדער, וואָס זײַנען קראַנק אויף קאַנצער. זינט 2010 האָט קאָנסטאַנטין כאַבענסקיס פאָנד אָנגעהויבן עפענען סטודיעס פאַר שעפערישער אַנטוויקלונג פון קינדער איבער שטעט פון רוסלאַנד (ביז איצט זײַנען געעפנט געוואָרן אַזעלכע סטודיעס אין פּעטערבורג, וואָראָניעזש, קאַזאַן, נאָוואָסיבירסק, אופאַ, ניזשני טאַגיל, יעקאַטערינבורג און פּערם).

וועבלינקען