רוי:קאנדענסאטאר
א קאנדענסאַטאר (פון לאטיין condensare) אדער קאנדענסירער איז אן עלעקטראנישער באשטאנדטייל וואס האט די מעגלעכקייט צונויפזאמלען עלעקטרישע לאדונג און זי דעמאנטירן.
א קאנדענסאטעאר ווערט געבויט פון צוויי דורכפירערס צעשייד מיט אן איזאלאטאר. דער איזאלאטאר קען זיין פון גלאז, פאפיר, וואסער אדער וואקיום. די צוויי דורכפירערס האלטן די זעלבע לאדונג אבער פארקערט, און דער איזאלאטאר האלט אן עלעקטריש פעלד.
מען מעסט די שטארקייט פון א קאנדענסאטאר לויט דער עלעקטרישער שפאנונג צווישן די דורכפירערס בשעת דער קאנדענסאטאר האלט א לאדונג פון איין קולאמב. א קאנדענסאטאר ווערט געמאסטן מיט איין פֿאראד ווען די עלעקטרישע שפאנונג איז איין וואלט מיט א לאדונג פון איין קולאמב.
דער אימפּעדאַנץ פֿון אַ קאָנדענסאַטאָר איז .