רוי:קאלומבוס, אהייא
|
קאלומבוס (ענגליש: Columbus) איז די הויפטשטאט און גרעסטע שטאָט פון דעם שטאַט אהייא אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע.
אין 2010, איז קאלומבוס געווען די פופצנטע מערסטע באפעלקערשטע שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן מיט א באפעלקערונג פון 787,033.[1]
מ'האט געגרינדעט די שטאט אין 1812, און זי געגעבן א נאמען נאכן אויספארשער קריסטאפער קאלאמבוס. אין 1816 איז זי געווארן די הויפטשטאט פון אהייא.
אין קאלומבוס געפינט זיך די אהייא שטאטלעכער אוניווערסיטעט (Ohio State University), געגרינדעט אין 1870 און גערעכנט איינער פון די גרעסטע פובליקע אוניווערסיטעטן אין די פאראייניגטע שטאטן.
צווילינג שטעט
קאלומבוס האט אכט צווילינג שטעט:
וועבלינקען
רעפערענצן
- ↑ "Columbus (city) Quick Facts from the U.S. Census Bureau". Retrieved 26סטן נאוועמבער, 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help)