רוי:קאוונע
|
קאוונע (ליטוויש: Kaunas; פּויליש: Kowno) איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין דער ליטע און אן אמאליקע הויפטשטאט. מען קען צוקומען קיין קאוונע דורך דער וויאַ באַלטיקאַ אויטאסטראדא (E67) און דער ווילנא-מעמל (A1) שאסיי. קאוונע געפינט זיך ביים צוזאמענפלייץ פון די צוויי גרעסטע טייכן אין דער ליטע, דער נעמאן טייך און דער נעריס, און נאענט צום קאוונער רעזערווואר, דער גרעסטער קערפער פון וואסער אינגאנצן אין דער ליטע.
קאוונע איז די הויפטשטאט פון דער קאוונער גובערניע.
הרב יצחק אלחנן ספעקטאר איז געווען שטאטס רב אין קאוונע.