רוי:קאבל אינטערנעט

ווערסיע פון 00:25, 2 נאוועמבער 2016 דורך YI>EmausBot (Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:Q383978)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
אפטישער פיבער דראטן

קאבל אינטערנעט איז א וועג פון פארבינדן צווישן דעם אינטערנעט סערוויס פֿאַרזאָרגער (ISP) און דעם קונה וואס וויל ניצן די אינטערנעט (אינדערהיים אדער ביי דער ארבעט), עס ווערט געצויגן מיט דעם זעלבן אופן און שיטה ווי טעלעוויזיע קאַבלען און א סאך מאל ווערן אויך געניצט די טעלעוויזיע קאַבלען פאר דעם צוועק.

אריבערפירן אינפארמאציע IP (בעיקר פאר אינטערנעט) דורך דראָטן איז אן אנגענומענעם וועג אריבער צופירן אינפארמאציע שנעל (עס האט א ברייטן קארידאר). קאבל אינטערנעט איז א ערנסטע קאנקארענץ צו DSL צוליב דעם וואס עס פירט אריבער מער און שנעלערע אינפארמאציע אין דער זעלבער צייט אפשניט.

דער קאבל וואס ווערט געניצט פאר אינטערנעט איז פון גלאז, אין דער וועלט ווערט דאס אונגערופען אפטימום, (פיבער אפטיק). דאס פירט אריבער די אינפארמאציע פון דעם פֿאַרזאָרגער (ISP) דורך ליכט. ווען דער אפטימום קאבל קומט נענטער צו באוואוינטע ערטער טוישט זיך דאס צו קאבל פון קופערנע דראטן (ווייער) די שיטה ערלויבט אריבערצופירן הונדערטער מעגא-הערץ אויף איין מאל. די סארט שיטה פון באַדראָטן ווערט אנגערופן HFC - Hybrid Fiber Coax.