רוי:אבוה דשמואל

ווערסיע פון 09:38, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

אבא בר אבא איז געווען דער פאטער פון שמואל וואס איז געווען דער חבר פון רב פון די ערשטע אמוראים.

אין ירושלמי שטייט אז אבא׳ס טאטע האט אויך געהייסן אבא.[1]

ער ווערט אויך אנגערופן אין ש"ס אבוה דשמואל. ער איז געווען א גבאי צדקה וואס מען האט געהאלטן ביי אים געלט פון יתומים ער זאל זיי היטן.[2]

ער איז געווען פון די גרויסע תנאים, אין תלמוד בבלי ווערט פארציילט ווי ער האט זיך געפירט לפנים משורת הדין, דער מלאך המות האט זיך באוויזן פאר אים (עבודה זרה ד"כ ע"ב). ער האט באקומען א ברכה פון רבי יהודה בן בתירא ער זאל באקריגן א זון וואס זאל זיין אזוי ווי דער נביא שמואל.[3]

דער נאמען אבוה דשמואל

עס ווערט פארציילט א וואונדערליכע מעשה פאר וואס מען רופט אים "אבוה דשמואל" אין הלכות גדולות און אין תוספות קידושין (דע"ג ע"א), ער איז אמאל אוועק געפארן ווייט פון דער היים, האט אים באגעגנט א פרוי וואס זי האט דערקענט אויף אים אז עס וועט ארויס קומען פון אים א גרויסער מענטש, האט זי אים איינגעבעטן ער זאל זיך ליבן מיט איר און זי וועט אים געבן אסאך געלט, אבער ער האט נישט געוואלט און מיט א הייליגן שם איז ער אנגעקומען צו זיך אינדערהיים און די נאכט האט ער מקיים געווען א מצוה מיט זיין ווייב, און איז גראד צוריק אין דער ווייטע שטאט. מיט דער צייט האט מען פארציילט פאר בית דין אז די פרוי פון אבא שוואנגערט, און איר מאן איז נישט דא, האט מען איר גענומען צו בית דין וואו מען האט זי דן געווען אז זי האט געהאט צוטאן מיט א פרעמדן מאן, און מען האט גע'פסק'נט אז עס קומט איר מלקות. זי האט נאכדעם געהאט א קינד שמואל דער גרויסער אמורא א תלמיד פון רבינו הקדוש דער מחבר פון משניות. שמואל האט פארציילט ער געדענקט נאך ווען ער איז געווען אין זיין מוטער בויך, און זיין מוטער האט געכאפט מלקות "איך האב זיך געבויגן די קאפ אויף די אנדערע זייט כדי נישט שפירן די קלעפ". דעריבער רופט מען אים אבוה דשמואל מען זאל וויסן ער איז דער אמת'ער טאטע פון שמואל.

רעפערענצן

  1. מסכת פסחים פרק ה הלכה ב
  2. מסכת ברכות דף י"ח
  3. ילקוט שמעוני, שמואל רמז ק׳