רוי:צושימע אינזל

ווערסיע פון 21:57, 13 דעצעמבער 2019 דורך YI>Artanisen (טעקע צושימע אינדזל)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

צושימע אינדזל
צושימע אינדזל

צושימע אינדזל (対馬, つしま, Tsushima) איז א יאפאנישער אינדזל צווישן יאפאן און קארעע. דער אינדזל איז געווען איין אינדזל אליין, אבער עס איז צוטיילט געווארען אין דריי חלקים ביים יאר 1900 על ידי די אויפונאקאשיסעטא (Ōfunakoshiseto) און מאנזעקיסעטא (Manzekiseto) קאנאלן. עס איז דא אויך מער פון 100 קלענערע (און א סאך זייר פיצל) אינדזלען וואס זענען מיטגעטיילט מיט דעם גרויסן צושימע אינדזל. בדרך כלל, דער נאמען "צושימע" איז אפגערופן אויף אלע די אינדזלען צוזאמען.

צושימע איז בערך 45 מילן ביי 10 מילן און האט א באפעלקערונג פון 34,000 מענטשן.

די שטאָט צושימע איז די איינציגע שטאט אויפן אינדזל.

צושימע דיאלעקט

דאס יאפאניש וואס איז גערעדט אין צושימע איז אנדעריש פון דעם נארמאלישע יאפאניש, ווייל וויבאלד אז צושימע איז אזוי נאנט צו קארעע, אז דער צושימע'דיגער דיאלעקט האט א סאך ווערטער פון קארעיש אויסגעבארגן.

קארעישע ווערטער אין דעם צושימע'דיגע דיאלעקט
צושימע דיאלעקט קארעיש ווארט יאפאניש אידיש טייטש
ヤンバン
yanban
יאנבאן
양반
yangban'
יאנגבאן
金持ち
kanemochi
קאנעמאטשי
א רייכער מענטש
チング, チングィ
chingu, chingui
טשינגו
친구
chingu
טשינגו
友達
tomodachi
טאמאדאטשי
פריינט
チョコマン
chokoman
טשאקאמאן
조그만
jogeuman
דזשאגעמאן
小さい
chiisai
טשיסאי
קליין
バッチ
batchi
באטשי
바지
baji
באדזשי
ズボン
zubon
זובאן
הויזן