רוי:צוקערראר
צוקערראָר איז איינער פון די פארשידענע זגאלן פון הויכע פיליאָריקע גראזן פונעם מין Saccharum סאַכאַרום, וואס שטאמען פון די ווארעמע לענדער אין דרום אזיע, און וואס מען ניצט צו פראדוצירן צוקער.
זיי האבן דיקע זאנגען וואס זענען רייך אין צוקער, און זענען הויך פון צוויי ביז זעקס מעטער.
צוקערראר געהערט צו דער גראז פאמיליע (Poaceae), וואס נעמט איין קוקורוזע, ווייץ, רייז און סארגע. דער הויפט פראדוקט פון צוקערראר איז סוקראז.
צוקערראר ווערט קולטיווירט אין 90 לענדער אויף א שטח פון 26 מיליאן העקטארן. די וועלט פראדוקציע איז 1.83 ביליאן טאן. דער גרעסטער פראדוצירער איז בראזיל, נאך אים קומען אינדיע, כינע, טיילאנד, פאקיסטאן און מעקסיקא.
80% פון דער וועלט'ס צוקער קומט פון צוקערראר; די אנדערע 20% קומט פון צוקער בוריקעס.