רוי:פייזשאאדא

ווערסיע פון 12:36, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

פײזשאָאַדאַ איז אַ בראַזיליאאַנישע שפּײז פון באָבעלעך און חזיר פלײש. מע קאָכט פאַר לאַנגער זײט שווארצע באָבעלעך מיט לאָבער-בלעטעלעך, פעפער, קנאָבל, ציבעלע אונד פאַרשײדענע געזעלצנע און גערערעכערטע חזיר אױערן, קאָפּ, בױך און פיס. מע עסט די פעזשאָאַדאַ מיט רײז, סאַלאַט, מאַראַנצען אונד באַנאַן. די שפּײז שטאַמט פון די קיכן פון די נעגערס װאָס זענען געװען קנעכט און זענען געװען צו אָרעם צו האָבן אַ גוט שטיקל פלײש.