רוי:פרשת דברים

ווערסיע פון 12:36, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

פרשת דברים איז די ערשטע סדרה אין ספר דברים.

מען לייענט פרשת דברים דעם שבת פאר תשעה באב (דאס הייסט, ד' אב, ו' אב, ח' אב אדער ט' אב). טייל קהילות האבן דעם מנהג ביים לייענען די תורה שבת צו לייענען דעם פסוק ״איכה אשא לבדי …״ מיטן איכה ניגון.

אינהאלט

אין פרשת דברים הייבט אן משה רבנו זיין דרשה וואס ער האט געדרש'נט צו די יידן ביים סוף פון זיין לעבן. משה רבנו רעצענזירט ווי די יידן האבן געשיקט די מרגלים דעראויף האט מען זיי באשטראפט צו בלייבן אין מדבר פערציק יאר, דערנאך ווי מ'האט געבעטן פון אדום, מואב און עמון אדורכגיין זייער לאנד אונטערוועגט קיין ארץ ישראל, און די מלחמות מיט סיחון און עוג. אויך אז מ'האט געטיילט עבר הירדן (דעם מזרח בארטן פונעם ירדן) צו די שבטים ראובן, גד און העלפט פון שבט מנשה.

הפטרה

מען לייענט די הפטורה ״חזון ישעיהו״ (ישיעה קאפיטל א'), די דריטע פון די דריי הפטורות פון פורענות.

וועגן דעם ווערט דער שבת גערופן ״שבת חזון״