רוי:פריקווענט פלייער פראגראם

ווערסיע פון 14:19, 3 יולי 2018 דורך YI>לאג רעיל
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א פריקווענט פלייער פראגראם איז א מיטגלידער פראגראם פאר לופטליניע רייזענדע מיט וועלכע זיי קלויבן פונקטן און קענען דאס שפעטער איינטוישן פאר אומזיסטיגע לופטליניע בילעטן אדער אנדערע ווערטפולע זאכן.

היסטאריע

די ערשטע לופטליניע צו מאכן אזא פראגראם איז געווען "אמעריקן ערליינס" אין 1981. דער פראגראם האט זיך גערופן עי-עי-עדווענטעדזש און האט רעקארדירט יעדן פאסאזשיר וויפיל מייל ער איז געפארן און פאר יעדע מייל האט מען באקומען איין פונקט וועלכע די עירליין האט גערופן א מייל. אויב האט מען געהאט א געוויסע צאל מיילן האט מען געקענט באקומען א פרייע טיקעט אויף דער לופטליניע.

די פירמע האט מיט דעם געוואלט ברענגען נייע קאסטומערס און נאך וויכטיגער אנהאלטן אלטע קאסטומערס און מיט דעם פראגראם האט עס גוט געארבעט ווייל מענטשן זענען צוריק געקומען נאכאמאל און נאכאמאל צו זאמלן מיילן. דער פראגראם איז געווען דערפאלגרייך פון דעם ערשטן מינוט אן און די פירמע האט דאס פארבעסערט עטליכע יאר שפעטער דורך ארייננעמען די אויטא דינגען פירמע הערץ און די הייאט האטעל קייט וואו מען האט אויך געקענט זאמלן מיילן צו קענען פארן מיט אמעריקן. יונייטעד ערליינס האט נאכגעפאלגט די צווייטע מיט איר מיילעדזש פלוס פראגראם און האט געגעבן 5,000 מייל פאר יעדן וואס האט זיך איינגעשריבן אין איר פראגראם. ווי נאר יונייטעד האט דאס שוין אויך געהאט האט שוין יעדער נאכגעמאכט די זעלבע.

עס האט זיך אנגעהויבן א גרויסע קאנקורענט וועמענ'ס פראגראם איז דאס בעסטע און יעדע פירמע האט זיך גענומען אן אנדערע האטעל קייט אלס א שותף. אבער מיט דער צייט זענען די האטעלן קלוגער געווארן און האבן זיך געגרינדעט זייערע אייגענע פראגראמען אין וועלכע מען האט געזאמעלט פונקטן יעדעס מאל מען האט גענעכטיגט ביי זיי און מען האט באקומען אומזיסטיגע נעכט אין די האטעל אלס קאמפענסאציע. טייל האטעלן זענען נאך אלץ פארבליבן שותפים מיט די ערליינס ווייל דאס ברענגט זיי נאכמער ביזנעס. נאך די האטעלן זענען די אויטא רענטל פירמעס אריין אין די שטענדיגר פלייער פראגראם ביזנעס, רוב אלס שותפים מיט גרויסע עירליינס. מיט דער צייט איז עס געווארן א טייל פון ביזנעס און אן דעם האט מען נישט געקענט קאנקורירן. די פירמע הוירץ האט איינמאל פרובירט אויפגעבן דעם פראגראם צוליב הויכע קאסטן וועלכע זי האט געברויכט צאלן די עירליינס. אבער די פירמעס האט דאס באלד געשפירט און האט שנעל דאס צוריק גענומען. היינט האט הוירץ א שותפות אין 20 ערליי פריקווענט פלייער פראגראמען. די לעצטע צו מאכן די סארט פראגראמען זענען געווען די בענזין סטאנציעס אבער רוב פון זיי האבן זיך זייערע אייגענע פראגראמען און גיבן אמזיסטיגע סערוויס אלס קאמפענסאציע. אינטערנאציאנאלע עירליין פירמעס האבן אין ערשט נישט געוואלט הערן פון דעם פראגראם און האבן דאס גאר קריטיקירט אלס א א זאך וועלכע מאכט ביליגער די פירמע'ס ביזנעס אויסקוק. מיט דער צייט האבן אבער אמעריקאנער עירליינס אנגעהויבן אריינכאפן אסאך נייע קאסטומערס אויף אירע פלייטס ארום די וועלט און די אינטערנאציאנאלע עירליינס זענען געווען געצווינגן נאכצוטאן דאס זעלבע און איינע נאך די אנדערע האבן זיי אנגעהויבן פארשידענע סארט פריקווענט פלייער פראגראמען. היינט איז פריקווענט פלייער א טייל פון וואס קאסטומערס זוכן ווען זיי טראכטן פון אן עירליין. יעדער וויל א גוטע לופטליניע מיט ביליגע פרייזן, גוטע סערוויס, זיכערהייט, און א פריקווענט פלייער פראגראם.

די יסודות

זייער פשוט, יעדע עירליין וויל אנטוויקלן קונדן וועלכע זאלן בלייבן מיט זיי אויף שטענדיג און דער פריקווענט פלייער פראגראם טוט די דזשאב. יעדער וואס הייבט אן מיט איין פראגראם וויל בלייבן דערין כדי צו קענען זאמלן גענוג פונקטן און באקומען אומזיסטיגע טיקעטס. עס קאסט פאר די פירמע די אלע קאמפענסאציעס אבער עס לוינט זיך זיי ווייל זיי פארדינען אז זיי האבן מער קאסטומערס. טייל פירמעס האבן אויך עליטע פראגראמען פאר די ביזנעס פאסאזשירן וועלכע פארן אפט מיט זיי און באטרעפן דאס גרעסטע טייל פון זייער ביזנעס. עס זענען פאראן קאטעגאריעס ווי זילבער, גאלד, און פלעטניום, און די קאמפענסאציע זענען גרעסער וויבאלד די סארט טיקעטס קאסטן מער און די עירליינס פארדינען פיל מער פון זיי. די פראגראמען האבן זיך היינט פארשפרייט פיל ווייטער ווי די עירליינס. מיט געוויסע פראגראמען קען מען זאמלען פונקטן דורך נוצן א געוויסע קרעדיט קארד, לאנג דיסטענס פירמעס, מארטגעדזשעס, סטאק טרעידס, און שאפינג צענטער קייטן. מען זאמעלט פונקטן איבעראל און ווען מען האט א באשטימטע צאל קען מען באקומען אומזיסטיגע טיקעטס. טייל עירליינס האבן מיט די יארן געמאכט אלייענץ פראגראמען מיט וועלכע מענטשן קענען זאמלן פונקטן דורך צוויי אדער מערערע עירליינס און אויך קאמפענסאציע קען מען באקומען אויף אלע פון די עירליינס. טייל מאל זענען די אלייענץ נעטווארק גענוג גרויס און מען קען שאפן פונקטן זייער שנעל. ספעציעל מענטשן וואס האבן קרעדיט קארטלעך וועלכע גיבן פונטקן קענען זאמלן זייער שנעל וויבאלד פאר יעדע דאלאר וואס זיי נוצן די קרעדיט קארד באקומען זיי איין פונקט אדער איין מייל און דאס גייט זייער שנעל. מענטשן נוצן דאס אפילו פאר ביזנעס וואו מען שפענדט גאר אסאך געלט און זיי באקומען פונטקן און האבן אסאך אומזיסטיגע טיקעטס. די פונקטן זאמלן זיך אין אן אקאונט גענוי וואו געלט אין א באנק אקאונט מיט'ן אויסנאם אז מען באקומט נישט קיין אינטערעסט דערויף. רוב פירמעס לאזן האלטן די פונקטן ווילאנג מען וויל און טייל גיבן יא דאטומען ביז ווען דאס איז גילטיג און אויב האט מען נישט גענומען קיין קאמפענסאציע איז פארפאלן. אין די גרעסערע פראגראמען קען מען האלטן די פונקטן יארן לאנג אזוי לאנג ווי מען מאכט עפעס אקטיוויטעטן אין די אקאונט איינמאל אין דריי יאר. וויבאלד די פונקטן זענען נישט קיין געלט קען איר ווערט שטייגן און פאלן לויט די פאליסיס וואס די פירמע מאכט. די פירמע קען נישט צונעמען די פונקטן אבער זי קען איין טאג טוישן די פאליסי אז פון היינט און ווייטער דארף מען האבן מער פונקטן צו באקומען א פרייע טיקעט וואס מאכט די פונקטן ווייניגער ווערט און דאס זעלבע פארקערט.

קלויבן א פראגראם

עס זענען פאראן פארשידענע שטענדיגר פלייער פראגראמען און מען דארף טראכטן בעפאר מען הייבט אן צו נוצן איינע פון זיי וויבאלד געווענליך בלייבט מען מיט די זעלבע פראגראם פאר א לאנגע צייט וואס מיינט אז מען וועט פארן מיט די זעלבע עירליין כדי צו באקומען די פונקטן אינעם זעלבן פראגראם. אמאל האט מען ערשט געברויכט פארן מיט אן עירליין און מען האט באקומען אן אקאונט אין איר פראגראם. היינט קען מען זאמלן גענוג פונקטן צו באקומען אן אומזיסטיגע טיקעט אפילו מען איז קיינמאל פריער נישט געפארן מיט די עירליין. ווען עס קומט צו וועלן א פריקווענט פלייער פראגראם דארף מען זיך מאכן א חשבון וועלכע עס לוינט זיך דאס בעסטע, געוואנדן לויט וויפיל איר פארט און וויפיל פונקטן איר קענט באקומען. איינער וואס פארט אסאך וועט וועלן פארן מיט א גוטע עירליין וועלכע גוט סערוויס אין זיין שטאט און אפילו ער וועט מאכן ווייניגער פונקטן לוינט זיך דאס נאך אלץ. ווייטער איינער וואס פארט ווייניג וועט דארפן קלויבן א פראגראם מיט וועלכע מען קען זאמלן פונקטן אין געשעפטן און מיט א קרעדיט קארד אויב ער פלאנט אמאל אנצוקומען ערגעץ דערמיט. מען דארף אויך אויסרעכנען די פאליסיס פון די פריקווענט פלייער פראגראמען ווייל נישט יעדע ארבעט אויף די זעלבע סיסטעם. איין פירמע גיט פונקטן און א צווייטע מיילן. די צוויי סיסטעמען ארבעטן די זעלבע אבער מיט איין פירמע קען מען שנעלער זאמלן פונקטן ווי א צווייטע און מיט איין פירמע קען מען שנעלער באקומען אן אומזיסטיגע טיקעט ווי א צווייטע. געוויסע עירליינס זענען בעסער צוגעשטעלט וואס מיינט אז אן אומזיסטיגע טיקעט מיט זיי איז פיל מער ווערט ווי פון א צווייטע טיקעט. אבער טיילמאל וועט די גוטע עירליין נישט האבן אזעלכע גוטע סקעדזשועלס אין אייער שטאט וועט זיך דאס ווייטער נישט לוינען.


אויסלייזן די פונקטן

אויסלייזן די פונקטן צו באקומען קארטעס איז זייער גרינג און ווערט געמאכט מיט א טעלעפאן קאל. די פונקטן ווערן אראפגערעכנט פון אייער קאנטע גענוי ווי געלט און לויט וויפיל איר פארמאגט לויט דעם קענט איר קויפן. ווייניגער פונקטן וועט אייך געבן א ביליגערע טיקעט און מער פונקטן וועט אייך געבן א טייערערע טיקעט. מען קען קויפן אלע ערליי טיקעטס, אפילו ערשטע קלאס, אזוי לאנג ווי מען האט גענוג פונקטן. די ערליינס מאכן געווענליך באשטימטע צאלן פאר פארשידענע קאטעגאריע רייזעס. זיי טיילן איין לאקאלע פלייטס, דאמעסטיק פלייטס, און אינטערנאציאנאלע פלייטס און יעדע פון זיי האט א באשטימטע צאל פונקטן וואס מען דארף האבן דערפאר. אמאל האבן די עירליינס געשיקט די אקטועלע טיקעטס דורך די פאסט אבער היינט איז דאס נישט וויכטיג ווייל אן אי-טיקעט איז די זעלבע זאך. מען באקומט א טיקעט נומער און דעם נומער נוצט מען ביים אריינטשעקן. צו באקומען אן אומזיסטיגע טיקעט דארף מען רעזערווירן מאנאטן פון פאראויס ווייל שפעטער קען זיך גרינג מאכן אז די עירליינס וועלן מער נישט וועלן געבן קיין בילעטן. רוב ערליינס רעזערווירן א געוויסע צאל זיצן אויף יעדן פליגער וועלכע זיי געבן אוועק פאר די שטענדיגר פלייער קונדן און איינמאל די זיצן זענען פארנומען וועלן זיי מער נישט וועלן געבן קיין בילעטן ווייל זיי קענען דאס פארקויפן פאר גוט געלט. נאך א וויכטיגע סיבה פארוואס עס לוינט זיך צו רעזערווירן פון פאראויס איז ווייל די סארט טיקעטס מאכן זיי פילמאל צעטיילט צו עטליכע פלייטס. איר באקומט טאקע א טיקעט פון ניו יארק קיין לאס אנדזשעלעס אבער איר וועט מאכן א סטאפ אין שיקאגא אדער אטלאנטא אינדערצוישן וואס מאכן די טיקעט ווייניגער ווערט. אויב רעזערווירט מען גענוג פרי קען מען באקומען גוטע טיקעטס מיט דירעקט פלייטס פון איין דעסטינאציע צו די צווייטע און אזוי אויך אויף צוריק. די פונקטן האבן א ווערט פון געלט (געווענליך 2 צענט פער פונקט) אבער די עירליינס לייגן ארויף די טייערסטע טיקעט פרייזן ווען זיי רעכנען די פונקטן אלס געלט. זיי וועלן רעכנען $500 א טיקעט וועלכע מען קען באקומען פאר $300. די פרייזן וועלכע זיי מאכן זענען די ארגינעלע פרייזן אן קיין שום הנחה וואס מאכט די ווערט פון די פונקטן פיל ווייניגער ווי עס קוקט אויס. אבער נאך אלץ לוינט זיך עס ווייל נאך אלעם איז עס אומזיסט. אויב מען הייבט אן ליינען די קליינע ווערטער פון די אזויגערופענע "טוירמס ענד קאנדישענס" שרייבן די ערליינס קלאר אז כאטש מען פארמאגט די פונקטן אין אן אקאונט איז דאס נישט די אייגנטום פון דעם קאסטומער וויבאלד דער פראגראם באלאנגט פאר די עירליין. זיי שרייבן אויך קלאר דארט אז נישט שטענדיג וועלן זיי קענען געבן בילעטן און זיי מוזן נישט געבן קיין סיבה אדער זיך פארענטפערן דערויף. נאך א זאך וואס קען פאסירן ווען מען פארט מיט א שטענדיגר פלייער טיקעט איז אויב א פלייט ווערט אפגערופן וואס דעמאלט וועט די ערליין טיילמאל אייך אפווארפן פון געבן א צווייטע טיקעט און איר וועט אמאל בלייבן געשטראנדעט. רוב פירמעס וועלן צוריק לייגן די פונקטן אין אייער אקאונט אבער פיל מאל וועלן זיי נישט צוריקגעבן אלעס און מען קען קיין טענות נישט האבן ווייל זיי זענען באלעבאס. דאס זעלבע קען די פירמע טאן אויב איינע פון זייערע פלייטס ווערן אפגערופן און זיי שיקן אלע פאסאזשירן מיט א צווייטע עירליין. די פריקווענט פלייער טיקעט האלטער וועלן בלייבן אויסגעשפילט ווייל די פירמע וועט טענה'ן אז די פונקטן ארבעטן נישט אויף די צווייטע ערליין און איר וועט מוזן באצאלן קעש אויב איר ווילט ווייטער פארן. רוב גרויסע עירליינס פארמאגן אן אלייענץ מיט אנדערע אינטערנאציאנאלע עירליינס און זיי וועלן יא לאזן נוצן די פריקווענט פלייער פראגראמען צו פליען אויך מיט יענע עירליין אזוי לאנג ווי די בוקינג ווערט געמאכט מיט די ארגינעלע עירליין. צום ביישפיל אויב וועט איינער אויסלייזן זיינע פונקטן פאר א טיקעט פון ניו יארק קיין מאנטשעסטער אויף אמעריקן עירליינס וועט ער נאך אלץ קענען באקומען זיין אומזיסטיגע טיקעט אפילו ער וועט אין די ענדע פארן מיט בריטיש ערוועיס אדער געטוישט ווערן צו בריטיש ווייל די צוויי לופטליניעס ארבעטן אינאיינעם.


אויסלייזן פונקטן צו געלט

שטענדיגר פלייער פונקטן האבן א ווערט אופן מארק און אויב איינער וויל קען ער דאס אויסלייזן פאר געלט. אבער איר וועט נישט באקומען קיין קעש געלט נאר איר וועט קענען קויפן פראדוקטן אין די ווערט פון דאס געלט וואס איר באקומט פאר די פריקווענט פלייער פונקטן. דער פראדעצור קען געטאן ווערן דורך א פירמע וועלכע רופט זיך מייל-פונקט. די פירמע האט א רייע סוחרים וועלכע ארבעטן מיט איר און איינמאל איר טוישט די פונקטן צו געלט וועט איר קענען קויפן זאכן פון די סוחרים לויט וויפיל געלט איר פארמאגט. טייל פון די סוחרים וועלן אייך פארקויפן פאר בלויז מייל-געלט און אסאך אנדערע וועלן דאס צולייגן אלס א טייל פון דאס באצאלן און די איבעריגע וועט איר דארפן באצאלן מיט קעש.