רוי:פראטאן

ווערסיע פון 00:25, 2 נאוועמבער 2016 דורך YI>EmausBot (Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:Q2294)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א פראטאן איז א טיילכל פון אן אטאם מיט א פאזיטיווער עלעקטרישער לאדונג. אין דעם יאדער פונעם אטאם טרעפט מען פראטאנען און נייטראנען. די פעריאדישע טאבעלע רעכענט אויס אטאמען לויט דער צאל פראטאנען וואס זיי האבן.

דער לייכטסטער אטאם איז הידראגען—איין אטאם דערפון באשטייט אן עלעקטראן וואס דרייט ארום א פראטאן. כמעט די גאנצע מאסע פון דעם אטאם ליגט אינעם פראטאן, וואס וועגט 2000 מאל ווי דער עלעקטראן. אלע אנדערע אטאמען האבן א יאדער צוזאמענגעשטעלט פון פראטאנאן און נייטראנען. אין א געוויסן עלעמענט, האט יעדער אטאם די זעלבע צאל פראטאנען; די צאל ווערט גערופן דער אטאמישער נומער פונעם עלעמענט.