רוי:פערספעקטיוו

ווערסיע פון 22:13, 7 נאוועמבער 2013 דורך YI>EmausBot (Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:Q398683)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

פערספעקטיוו, קוק ווינקל אדער שטאנדפונקט דאס איז וויאזוי מען זעט זאכן, צו אביעקטן פארן טרוקענעם פליישיגן אויג אין גשמיות. צו באגריף'ען פארן באגרייפן אין מוח לויט וויאזוי מען קוקט דאס אן פון רוחניותדיגן שטאנדפונקט.

אין פיזישן זין פון ווארט

איז דאס פשוט לויט וויאזוי דער מענטש שטייט איז זיין זען אויסגעשטעלט אויפצוכאפן בלויז איין זייט פון די מטבע ווייל זיין פאזיציע ביים זען לאזט אים נישט זען די אנדערער זייט. אדער צוליב ווייטקייט, לויט דער דיסטאנץ קוקט דער אביעקט אויס קלענער ווי ער איז באמת. וו.צ.ב.ש. פאר אונז מענטשן קוקט אויס די שטערן ווי קליינע פונטעלעך, אדער די זון און די לבנה קוקען אויס די זעלביגע גרויס, אבערן אין אמת'ן איז די זון פול גרעסער אבער וויבאלד זי איז ווייטער פאר אונזער אויג ווי די לבנה איז דאס אייניג אין פערספעקטיוו.

אין גייסטישן זין פון ווארט

דינט דאס אלס די מעטאפאר פארן טעאריע פון קאגנישען, דאס איז דער אויסוואל פון א קאנטעקסט אדער א רעפערענץ (אדער רעזולטאט פון די אויסוואל) פון וואס צו דערשמעקן, קאטעגאריזירן, מעסטן אדער קאדיפירן ערפארונג, נאכאנאנד צו פארמירן אן אויסגעשטעלטער מהלך און אמונה, טיפיש דורך צאמשטעלן איינס מיטן אנדערן. און מען קען דערנאך בויען אויף דעם מהלך און אמונה אייגענע אויספירונגן און נאך געניעלע מהלכים.