רוי:פערל צוויבל
א ריכטיגע פערל צוויבל (ענגליש: Pearl onion) איז א רעלאטיוו צו די ליק און טיילט זיך אפ פונעם געווענליכן ציבעלע מיט דעם וואס עס האט נאר איין שיכט, אזוי ווי די קנאבל, און האט א זיסליכן טעם.
מען פלאנצט עס מערסטנס אין פריוואטע גארטנס אין דייטשלאנד, האלאנד און איטאליע. עס איז טראדיציאנאל גענוצט געווארן אין די אינדישע קיך.
למעשה רופט מען פערל צוויבל אלע קליין-געוויקסיגע צוויבל, אפילו מיט מערערע שיכטן. עס איז געווענליך צו טרעפן אין די געשעפטן אין דריי סארטן: די ווייסע, לילא און געהל.
די פערל צוויבל איז די געווענליכע צוויבל וואס מען נוצט אין ענגלאנד און שווייץ צום פּיקלען.
אויסער צום פיקלען, איז פארהאן אסאך רעצעפטן צו מאכן דערמיט פארשידענע געשמאקע זיסע צושפייזן.
וועב לינקען
- ווי אזוי עס צו באהאנדלען http://startcooking.com/how-to-peel-pearl-onions
- א רעצעפט פון פערל ציבעלע מיט מאנדלען ביי מארטע סטוארט http://www.marthastewart.com/869111/bulgur-pearl-onions-and-almonds
- באלזאמירטע פערל צוויבל http://www.epicurious.com/recipes/food/views/Balsamic-Glazed-Pearl-Onions-10908