רוי:פלעצל

ווערסיע פון 13:20, 9 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 3 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q3392366 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
א שול אינעם פלעצל

דאספלעצל איז א געגנט אין פאריז, פראנקרייך. גענומען פון ווארט פלאץ איז אן אלטע יידישע געגנט, אין פערטע קווארטל אין פאריז.

אנגעפאנגען האט זיך עס, ווען די פאריזער יידנטום איז פארטריבן געווארן פון שטאט, מיט אריבער 600 יאר צוריק, האבן זיי זיך דארט באזעצט. מיט יארן שפעטער אין די ענדע ניינצטען יאר הונדערט, און אין צוואנציגסטן יארהונדערט, זענען אסאך יידישע אימיגראנטן, אנגעקומען קיין פראנקרייך, אנהייב מיינליך פון מזרח אייראפע, שפעטער בעיקר פון צפון אפריקע.

די גאסן זענען פיל מיט יידישע געשעפטן, בתי מדרשים, און בעקערייען, רעסטאראנטן פון יידישן קיך.

די שווערסטע צייטן האט די יידישע געגנט דורכגעלעבט, ביי דער צווייטער וועלט קריג, ווען חורבן אייראפע האט זיי נישט אויסגעמיטן, און מערערע איינוווינער זענען פארשיקט געווארן צו די טויט לאגערן.

די פאריזע שטאטראט, האט אויפגעהאנגען א שילד, מיטן נאמען פון געגנט, און געשריבן דארט די היסטאריע פון געגנט. די באפעלקערונג, איז א רעליגיעזע אין מערסטנטייל.