רוי:רבי פנחס הירשפרונג

ווערסיע פון 12:35, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
הרב פינחס הירשפרונג ביים רמב"ן שול אין ירושלים

רבי פינחס הירשפרונג (תרע"ב - כ"ז טבת תשנ"ח) איז געווען דער הויפט רב פון מאנטרעאל, קאנאדע.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין דוקלע, גאליציע.

ער האט געלערנט אין דוקלע צוזאמען מיט רבי יאנקעלע לייזער (היינט פשעווארסקער רבי אין אנטווערפן) און יקותיאל יהודה האלבערשטאם, שפעטער קלויזנבורגער רב; דערנאך האט ער געלערנט אין ישיבת חכמי לובלין.

ביי דער בר מצוה האט ער ארויסגעגעבן אן אייגענעם ספר פּרי פּינחס און ער האט אנגעהויבן ארויסגעבן א תורה'דיגע אויסגאבע אהל תורה.

ביי דער צווייטער וועלט־קריג איז ער געווען צווישן די תלמידים אין שאנכיי, ביז אין יאהר תש"א ווען ער איז אנגעקומען קיין קאנאדע.

ספרים

  • אש פינחס
  • פון נאצישן יאמערטאל, קריג מעמוארן אויף יודיש ארויסגעגעבן אין יאהר תש"ה
  • פרי פינחס