רוי:פאראזיט

ווערסיע פון 05:42, 9 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 44 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q186517 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א פאראזיט (parasite) איז אן ארגאניזם וואס לעבט אין אדער אויף אן אנדער ארגאניזם, וואס מ'רופט דעם גאסטגעבער (host), פון וועמען ער שעפט שפייז אדער אנדערע לעבענס-נייטיקע מיטלן וואס ער דארף צו קענען בלייבן און פארמערן. מען קען פארגלייכן א פאראזיט צו א בלינדן פאסאזשיר אויף א שיף, וואס באהאלט זיך אינעם שיף, און גנב'עט עסן און וואסער, און ווען ער וויל כאפט ער זיך ארויף אויף א צווייטן שיף.

רוב ביאלאגן האלטן אז א "פאראזיט" איז פשט דער גאסטגעבער ווערט געשעדיגט. לויט דעם, אין אן אופן ווען דער גאסטגעבער פארדינט פונעם "גאסט" וואס לעבט אויף (אדער אין) אים הייסט דאס נישט קיין פאראזיט נאר א סימביאז. למשל: א לישיי (אויף א בוים) איז א קאאפעראציע צוווישן אן אלגא מיט א שוואם, און קיינער פון זיי קען נישט בלייבן אן דעם צווייטן.

עס מאכט זיך אמאל אז דער פאראזיט טוט אויסהרגענען זיין גאסטגעבער, אבער סוף כל סוף וועט דער פאראזיט אליין ליידן דערפון, וועגן דעם ע"פ רוב טוט דער פאראזיט פארמינערן דעם היזק צום גאסטגעבער אדער ער זוכט א שטערקן.