רוי:פאלמע

ווערסיע פון 01:52, 24 מערץ 2015 דורך YI>Dexbot (Removing Link FA template (handled by wikidata))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

פּאַלמעס (איינצאל: פאלמע) זײנען א פֿאמיליע פון בײמער װאָס װאַקסן אין טראָפּישע און סובטראָפּישע סביבות און האָבן נאָר אײן שטאַם און לאַנגע בלעטער אױפן שפּיץ פונעם שטאַם, אָן צװײגן. באַקאַנטע פּאַלמעס זײנען דער טײטלבױם און דער קאָקאָסבױם, װאָס זײנען װיכטיקע װירטשאַפטלעכע געװיקסן. אָבער עס זײנען פאַראַן נאָך טױזנטער אַנדערע מינים פון פּאַלמעס. דער באָטאַנישער נאָמען פון די פּאַלמעס איז Arecaceae.