רוי:ערבוס

ווערסיע פון 13:04, 12 יאנואר 2019 דורך 79.180.12.215 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
א 330-200 Air Seychelles 2013

ערבוס איז איינע פון די צוויי וועלט'ס גרעסטע פליגער פראדוצירער (באואינג אלס די צווייטע) וועלכע איז הויפטקווארטירט אין טולוז, פראנקרייך.

פליגער

היסטאריע

ארגינעל איז ערבוס געווען א קליינע פליווארג פראדוצירער צווישן א רייע אייראפעישע פליווארג פירמעס אין די 60'ער יארן אונטער אן אנדערע נאמען. ערבוס איז געבוירן אין די ענדע 60'ער יארן אלס א קאלאבאראציע צווישן בריטן, דייטשלאנד, און פראנקרייך וועלכע האבן געזוכט צו קאנקורירן מיט אמעריקע'ס גרעסטע פליווארג פירמעס באואינג און דאגלעס. דאס איז געקומען נאך די געלונגענע קאנקארד וועלכע איז אויך געווען א פאראייניגטע פראיעקט צווישן בריטן און פראנקרייך.

די ערשטע מאדעל איז געווען די A300 וועלכע איז געווען א דירעקטע קאנקורענט צו באואינג'ס 737 אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט צוליב טעכנישע און פאליטישע סיבות און בריטן האט צוריק געצויגן פון דעם פראיעקט. באלד נאך דער דורכפאל האבן דייטשלאנד און פראנקרייך זיך פאראייניגט צו גיין ווייטער און האבן פארמאל געגרינדעט ערבוס אלס א פובליק פירמע. ערבוס האט נישט אויפגעגעבן די A300 און האט דאס ארויסגעגעבן אין 974' אבער עס האט זיך שוואך פארקויפט אין די ערשטע יארן. ערבוס האט נאכגעפאלגט מיט איר עי-320 אין 981' וועלכע איז געווען א פיל פארבעסערטער ווערסיע פון די A300 און האט געהאט א געוואלדיגע סוקסעס ווען בעפאר עס האט זיך ערשט געהויבן האט די פירמע שוין געהאט איבער 400 באשטעלונגן אין קאנטראסט צו 15 באשטעלונגן פאר די A300.

די סוקסעס האט נאכגעפאלגט מיט נייע מאדעלן וועלכע האבן זיך פארקויפט איבער די גאנצע וועלט און אויך אין אמעריקע זעלבסט. ביי די ענדע פון די 80'גער יארן זענען באואינג און ערבוס אפיציעל געווען אין א נאנטע קאנקורענט ווען ביידע האבן זיך געריסן פאר יעדע ארדער און יעדעס מאל איינער האט געווינען א קאנטראקט האט דער אנדערער פרובירט נקמה נעמען מיט'ן פארכאפן א צווייטע ארדער. אין 00' האט בריטען זיך נאכאמאל פאראייניגט מיט ערבוס פאר דעם A380 פראיעקט, די וועלט'ס גרעסטע קאמערציאלע לופטמאשין מיט 555 זיצן וועלכע איז פארטיג געווארן דעם פארגאנגענעם אפריל. דער פראיעקט איז געווען איינע פון די גרעסטע אונטערנעמונגן אין אוויאציע היסטאריע און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעס אויף דערווייל סיי אין אינדזשעניר און סיי אין באשטעלונגן. די ערשטע דעליווערי וועט זיין ביז עטליכע מאנאטן.

אין 99' האט ערבוס געגרינדעט א מיליטערישע אפטיילונג אונטער'ן נאמען ערבוס מיליטערי וועלכע וועט בויען עטליכע מיליטערישע טראנספארט פליגער פאר נאט"א. די מיליטערישע אפטיילונג ווערט באטראכט אלס א סטראטעגיע פון ערבוס צו בלייבן שטארק אין ביזנעס אין פאל די ציווילע לופטליניע אינדוסטרי וועט אפגעשוואכט ווערן צוליב מלחמות זאל זי בלייבן אין ביזנעס. ערבוס פליגערס ווערן פראדוצירט אין פראנקרייך, דייטשלאנד, ענגלאנד, שפאניע, כינע, און די פאראייניגטע שטאטן דורך 50,000 ארבעטער. אויסער דירעקטע ארבעטער זענען פאראן ארום 120,000 ארבעטערס וועלכע ארבעטן פאר סופלייער פירמעס פון ערבוס אין די פאראייניגטע שטאטן.