רוי:עקדיש

ווערסיע פון 07:45, 19 אפריל 2022 דורך 79.176.167.42 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

עקדישן
א שווארצער עקדיש
א שווארצער עקדיש
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
שטאַם: ארטראפאדן
קלאַס: אראכנידן
סדר: סקארפיאנען

דער עקדיש אדער סקאָרפּיאָן איז א גיפטיקער אכטפיסיקער אַראַכניד. זיי האבן א לאנגער קערפער מיט א לאנגער וויידל מיט א שטאָך. א טיפישער דערוואקסענער עקדיש איז בערך 3 אינטש לאנג. דער לענגסטער עקדיש איז דער אפריקאנישער עקדיש, וואס קען ווערן 9 אינטש לאנג. עס זענען דא בערך 1,750 זגאלן עקדישן וועלטווייט.

די עוואלוציאנאלע היסטאריע פון די עקדישן האט אנגעהויבן אין דער סילור עפאכע, 430 מיליאן יאר צוריק. זיי האבן אדאפטירן זיך צו א סך סארטן אומגעגנטן, און געפינען זיך אין אלע קאנטינענטן אחוץ אנטארקטיקע. עס זענען דא 13 לעבעדיקע פאמיליעס. נאר 25 זגאלן האבן גיפט וואס קען הרגענען א מענטש.

אנאטאמיע

אן עקדיש האט אכט פיס און צוויי צוואנגען (בערך ווי פון א לאבסטער). דער וויידל איז ענג און ווערט געבויט פון סעגמענטן. געוויינטלעך האט עס א בויגן איבער דער הינטערטייל, מיט א גיפטיקער שטאָך אויפן עק.

דער קערפער האט דריי טיילן. דער פאדערטייל איז דער קעפֿאַלאָטאָראַקס (cephalothorax), דער בויך הייסט דער מעזאָסאָמע (mesosoma) און דער וויידל הייסט דער מעטאַסאָמע (metasoma). דער קערפער ווערט באהאלטן און באשיצט דורך א דרויסנדיקער סקעלעט.

זעט אויך

וועבלינקען