רוי:עלקוש

ווערסיע פון 12:32, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
עלקוש
Olkusz
POL Olkusz flag.svg POL Olkusz COA.svg
Baszta olkusz.jpg
טורעם אין עלקוש
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 1299
קאָאָרדינאַטן 50°17′N 19°34′E / 50.283°N 19.567°E / 50.283; 19.567 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואויוואדעשאפט קליינפוילן
דיסטריקט עלקושער דיסטריקט
בירגערמייסטער דאריוש זשעפקא
שטח 25.63 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

37,552‏  (שטייענדיג 2006)
1,500 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+1
http://www.olkusz.eu/

עלקוש אדער עלקיש (פּויליש: Olkusz אלקוש; רוסיש: Олкуш) איז א שטאט אין דרום פוילן, 34 ק"מ דרום־מערב פון קראקע און 30 ק"מ מזרח פון בענדין. עס באדעקט א שטח פון 25.6 קוואדראט ק"מ. אין 2006 האט עלקוש געהאט 37,552 איינוואוינער. עלקוש איז די הויפטשטאט פונעם עלקושער דיסטריקט.

די גרעסטע אינדוסטריע אין אזשאראוו איז א צעמענט פאבריק.

עלקוש געפינט זיך ביים באבא טייך, אויף דער ווארשע-קראקע שאסיי.

היסטאריע

יידישע קהילה

אין 1900 האבן געוואוינט אין עלקוש 1,835 יידן.[1]

אין 1926 זענען א דריטל פון די מיטגלידער אינעם שטאטראט געווען יידן. פאר דער חורבן אייראפע האבן געוואוינט אין עלקוש אומגעפער 2,500 יידן, א פערטל פון דער באפעלקערונג פון דער שטאט.

דער לעצטער רב פון עלקוש איז געווען הרב יהושע העשיל הורוויץ.

אין 1942 האט מען פארטריבן די יידן פון עלקוש צו זייער טויט אין אוישוויץ.

עלקושער דערנידערונגס אקציע

  עלקושער דערנידערונגס אקציע

אין סיון ה'ת"ש האט די געשטאפא געפירט אן אויסשטעל־פראצעס פאר די איינוואוינער פון עלקוש צוליב דעם מארד פון א דייטשער גרענעץ־היטער.

א חודש נאכהער, אום כ"ה תמוז ה'ת"ש (31סטן יולי 1940) האבן זיי פארזאמלט אלע מענער עלטער פון 17 יאר אינעם רינעק, דארט זענען זיי אדורכגעגאנגען שווערער ברוטאליטעט באוואוסט ווי די עלקושער דערנידערונג. וועגן געהרג׳עטע אין דער אקציע איז נישט באוואוסט, אבער יידן האבן פארלוירן זייערע ציין ווען מען האט זיי געצוואונגען צו קייען זשוויר.

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. "עלקוש", אויף "JewishGen" (ענגליש)

מוסטער:אייראפע-געא-שטומף