רוי:על דזשאלסאן

ווערסיע פון 19:57, 21 יולי 2015 דורך YI>CommonsDelinker (באט: אראפגענומען די טעקע Portrait_sitting.jpg, זי איז געווארן אויסגעמעקט פון וויקי־קאמאנס דורך JuTa צוליב: No source since 13 July 2015.)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

על דזשאָלסאָן (ענגליש: Al Jolson) - געבױרן אַלס אַסאַ יואלסאָן דעם 26סטן מײַ 1886 אינעם שטעטל סרעדניק, קאָװנער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע (איצטער: סערעדזשוס 'Seredžius' אין דער ליטװישער רעפּובליק); נפֿטר געװאָרן דעם 23סטן אָקטאָבער 1950 אין סאַן פֿראַנציסקאָ, פֿאַראײניקטע שטאַטן.

ער איז געװען אַ פּראָמינענטער אַמעריקאַנער זינגער, קאָמיקער, טעאַטער און קינאָ-אַקטיאָר פֿון רוסיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זײַן שעפֿערישע קאַריערע האָט געדױערט פֿון 1911 ביז 1950. מע פֿלעגט אים אָנרופֿן "דער ערשטער ביודעים ייִדישער מענטש, װאָס איז געװאָרן אַ פֿאַרװײַלונג-שטערן אין אַמעריקע" און "דער גרעסטער פֿאַרװײַלער אין דער װעלט". אין 1927 האָט ער געשפּילט אין דעם ערשטן פֿולמעטראַזשיקן קלאַנגען-פֿילם "דער דזשעז-זינגער".

די אַפֿישע פֿון דעם פֿילם "דער דזשעז-זינגער"