רוי:עידס

ווערסיע פון 15:55, 31 יאנואר 2021 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
דער סימבאל ארויסציווייזן סלידיריטעט צו די ליידענע פון די מחלה ה"י.

עידס איז א קאלעקציע סימנים און אינפעקציעס ביי מענטשן וואס ווערט ארויסגערופן פון א שאדן צו דער אימון-סיסטעם. דער גורם פון דאזיקן שאדן איז די אינפעקציע מיט HIV, דער מענטשלעכער אימון-פעלער-ווירוס. אין די ענדלעכע סטאדיעס פון דער מחלה זיינען די חולים עלול אנגעשטעקט צו ווערן מיט געוויסע אינפעקציעס, וואס זיינען ניט אזוי געפערלעך ביי מענטשן מיט געזונטע אימון- (פארטיידיקונג-) סיסטעמען. (אזוינע געוויינטלעך ניט-סכנהדיקע אינפעקציעס, וואס זיינען א סך ערנצטער ביי ניט-באהאנדלטע איידס-קראנקע, רופט מען "געלעגנהייט-אינפעקציעס".) געוויסע קאנסערס זיינען אויך פארבונדן מיט די ענדלעכע סטאדעיס פון דער קראנקייט. כאטש רפואות קעגן איידס און HIV זיינען פאראן, און שטערן דעם ווירוס צו אוואנסירן, איז ניטא קיין אויסהיילונג. דער איינציקער אופן אויסצומיידן די קראנקייט, פון קוקווינקל פון עפנטלעכן געזונט, איז אפצומוטיקן די ניט-זיכערע אויפפירונגען וואס שטעלן מיט זיך פאר א ריזיקע פאר דער אינפעקציע.

עס איז די מער שווערע טויטליכע קראנקייט וואס קומט פון דעם ווירוס: עיטש.איי.ווי. (H.I.V. אויך די זעלבע ראשי תיבות: ה'יומען א'ימיון וו'יירוס).

דער ווירוס HIV ווערט איבערגעפירט דורכן גלייכן באריר (קאנטאקט) פון איין שליים-הייטל (למשל הויט) אדער די בלוט-שטראם מיט א קערפער-פליסיקייט ווו עס ליגט HIV, צום ביישפיל בלוט, זרע (סעמען), וואגינע-פליסיקיייט, פאר-זרע-פליסיקייט און בריסט-מילך. אזא טראנסמיסיע קען פארקומען ביי סעקס (תשמיש-האחור, -הפה אדער כדרכה), בלוט-איבערגיסונג (טראנספוסיע), פאראומרייניקטע שפריצן, פון א מאמע צו א קינד בשעתן טראגן, האבן, אדער געבן די ברוסט, אדער דורך וואסער ניט איז אנדער קאנטקאט מיט אייינער פון די אויבן-דערמאנטע פליסיקייטן. פון א דירעקטן באריר מיט שפייעכץ אדער נארמאלן באריר מיטן הויט איז אוממעגלעך זיך אנצושטעקן מיטן ווירוס.

ס'רוב פארשערס (וויסנשאפטלערס) גליייבן היינט אז דער ווירוס HIV האט געהאט זיין בראשית אין סוב-סאהארער אפריקע בשעתן 20סטן י"ה; די קראנקייטט איז שוין אזוי פארשפרייט, אז מע רופט דאס א פאנדעמיק, ד"ה א מחלה וואס באווירקט יעדע גרופע און ראיאן אויף דער וועלט. מע שאצט אפ, אז קרוב צו 40 מיליאן נפשות לעבן היינט מיט דער מחלה איבער גאר דער וועלט. דער יו-ען שאצט אפ אז פון איידס זיינען אומגעקומען העכער 25 מיליאן מענטשן זינט מע האט עס דערקענט אין יוני, 1981, און דער פאר איז עס איינע פון די סאמע צעשמעטערישע עפידעמיעס אין דער מענטשלעכער געשיכטע. אין פארלויף פון 2005 זיינען אומגעקומען א 2-3 מיליאן מענטשן פון איידס, דערפון מער ווי 570,000 קינדער. א דריטל פון די טויטפאלן קומען פאר אין סוב-סאהארער אפריקע, וואס מאכט א תל סיי פון דער עקאנאמיע סיי פון דער געזעלשאפט.

די רפואות קעגן דעם ווירוס פארקלענערן די שטארביקייט און די קרענקלעכקייט פון דער קראנקייט, נאר ניט אין אלע לענדער האט מען צוטריט צו די דאזיקע רפואות.

די דריי הויפט-וועגן פון אינפעקציע מיט HIV זיינען: א) סעקועלער באריר צווישן אן אינפעקטירטער און זיין (איר) ניט-אינפעקטירטן פארטנער; ב) קאנטאקט מיט אינפעקטירטע פליסיקייטן (צום ביישפיל אומריינע נארקאטיק-נאדלען) און ג) פון א מאמע צו איר ניט-געבוירן קינד.

אזוי ווי איידס געפינט זיך ביי ארעמע, ראנדיקע, און באעוולטע גרופעס, איז די דאזיקע קראנקייט באזונדערש ענג פארבונדן מיט מיספארשטענדענישן, סטיגמעס, און עם-הארצות.