רוי:עזריאל גליק

ווערסיע פון 14:10, 20 יוני 2022 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

עזריאל גליק איז געווען דער גבאי פון די סאטמארער רביס. ער איז געווען גבאי פונעם ערשטן סאטמארער רבי, ר' יואל טייטלבוים און פון זיין פלומעניק רבי משה טייטלבוים דער צווייטער סאטמארער רבי און לעצט פון רבי זלמן לייב טייטלבוים פון וויליאמסבורג.

ער איז נפטר געווארן אור ליום י"ט אייר ל"ד בעומר תשע"ד לפ"ק, זיין לוי' איז פארגעקומען אין היכל הביהמ"ד הגדול ראדני סטריט און דאן אין קרית יואל לפני ביתו, נטמן געווארן אין שטח החדש פון בית החיים דקרית יואל.

ר' עזריאל האט משמש געווען דעם ערשטן רבי ר' יואל; די לעצטע 12 יאר פון ווען ר' יואליש האט באקומען דעם סטראק איז ר' עזריאל נישט אהיים געגאנגען שלאפן ביי זיך אינדערהיים נאר איז געווען 24 שעה א טאג ארום דעם צדיק.

ר' עזריאל האט געהאט זייער א גוטע שפראך צום סאטמארער רבין, און ער האט געקענט ארויסבאקומען ישועות פאר אידן דורך זיין אייגענארטיגער שפראך.

משפחה

זיין איידעם איז ר' נפתלי בלומענפעלד, מנהל אין דער סאטמאר ישיבה גדולה אין קווינס, ניו יארק.