רוי:עדווארד דער דריטער פון ענגלאנד
געבורט | ווינדזאר שלאס | ||||
---|---|---|---|---|---|
| |||||
|
עדוואַרד דער דריטער (13טן נאוועמבער 1312 - 21סטן יוני 1377) איז געווען קעניג פון ענגלאנד און האר פון אירלאנד פון יאנואר 1327 ביז זיין טויט; ער איז באמערקט פֿאַר זיין מיליטערישן דערפאלג און פֿאַר אומקערן דעם קעניגלעכן אויטאָריטעט נאָך די קאטאסטראפאלער און אומגעוויינלעכער הערשאפט פון זיין פאָטער עדווארד דער צווייטער . עדוואַרד דער דריטער האט פארוואנדלט דאס קעניגרייך פון ענגלאַנד אין איינער פון די מערסט מוראדיקע מיליטערישע כוחות אין אייראָפּע. זיין לאנגע הערשאפט פון 50 יאָר איז געווען די צווייט לענגסטע אין מיטלאלטער ענגלאנד (נאך דעם פון זיין עלטער-זיידע הענרי דער דריטער) און האָט געזען וויכטיגע אנטוויקלונגען אין לעגיסלאציע און רעגירונג, בפרט די עוואלוציע פונעם ענגלישן פארלאמענט, ווי אויך די פארדארבנקייט פון שווארצן טויט .