רוי:סקווירא

ווערסיע פון 03:20, 14 אפריל 2022 דורך YI>סעגאל (←‏זעט אויך)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

סקווירא (סקווער; אוקראיניש: Сквира; רוסיש: Сквира) איז א שטעטל אין קיעווער אבלאסט, צענטראלע אוקראינע. סקווירא האט א באפעלקערונג פון בערך 18,000 און א שטח פון 6,328 קוואדראט ק"מ.

היסטאריע

אין 1736, ווערט סקווירא דערמאנט אלס דארף וואס א ייד האט גענומען אין ארענדע. אין 1789, האבן געוואוינט דארטן 37 יידישע הויזגעזינד, פון 197 אינגאנצן. אין 1847, האבן געוואוינט דארט 2,184 יידן. די יידן אין סקווירא האבן געהאנדלט מיט תבואה. אין 1897, האבן געוואוינט 8,910 יידן אין סקווירא, אומגעפער 49.5% פון דעם שטעטל'ס באפעלקערונג.

אונטער די סאוועטן האט מען אוועקגעמאכט די יידישע קהילה. ביים צווייטן וועלט קריג האט די דייטשע ארמיי איינגענומען דאס שטעטל אום סעפטעמבער 1941. בערך 1,000 זענען דערמארדעט. אין די סוף 1960ער יארן, איז די יידישע באפעלקערונג געווען 500.

רבי יצחק טווערסקי, א זון פונעם טשערנאבלער מגיד, האט זיך באזעצט אין סקווירא, ווייל דארט האט געוואוינט די משפחה פון זיין שווער בזיווג שלישי, ר' נפתלי צבי פון סקווירא, דעריבער האט ר' איציקל דארט אויפגעשטעלט זיין הויף דארט.

דער סקווערער הויף גייט נאך אן היינט, און איז הויפטקווארטירט אין שיכון סקווירא, ניו יארק, אונטער רבי דוד טווערסקי.

 
דער סקווערער בית מדרש - באנייט אין 2004.

זעט אויך

49°43′N 29°40′E / 49.717°N 29.667°E / 49.717; 29.667  

וועבלינקען

  • nachshen.com - אינפארמאציע וועגן דעם שטעטל
  • mrt5.com - בילדער פון סקווירא