רוי:סארא פעלין

ווערסיע פון 12:30, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

סארא פעלין (געב' 11טן פעברואר, 1964) איז געווען די מיטלויפערין פון דזשאן מעקעין וואס איז געווען דער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט ביי די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן 2008.

זי איז געווען דער עלפטער גובערנאטאר פון דעם שטאַט אלאסקע אין אמעריקע. זי האט צוויי מאל געווינען די וואלן דארט, און איז דארט שטארק פאפולער.

מעקיין האט זי אויסגעוועלט אלס וויצע פרעזידענט קאנדידאט, צוליב עטליכע אורזאכן, 1) זי איז יונג, א מאמע פון עטליכע קינדער, און לויפנדיג קעגן אבאמא וואס איז געווען גאר יונג קעגן דעם עלטערן מעקעין האט ער דערמיט געוואלט צוציען צו זיך יונגע וויילער. 2) ווייל זי איז מער קאנסערוועטיוו ווי ער, און ער האט דערמיט געוואלט צוציען די קאנסערוואטיווע שטימען. 2) זי איז א פרוי, יונג און שיין, און ער האט דערמיט געוואלט צוציען די בלאק פון פרויען צו זיך.

אין פאקט האט עס נישט גענוצט פאר מעקיין און צום סוף האט ער פארלוירן די וואלן פאר אבאמא. אזעלכע וואס זאגן אז פעלין האט נישט צוגעהאלפן צום טיקעט, ווייל זי איז נאך נישט געווען גיט באהאוונט אין דעם פראצעדור פון וואלן א פרעזידענט.

נאך די וואלן האט זי רעזיגנירט פון דעם גאווערנער שטול פון אלאסקע, און זי איז געווארן א פאפולער פיגור ביי דער קאנסערוואטיווער געמיינדע אין אמעריקע. זי פארט ארום קאמפיינען פאר די קאנסערוואטיווע פראגעס, און זי איז שטארק טעטיג אין דער טיי פארטיי באוועגונג. זי האט אויך געהאלפן דזשאן מעקעין אין זיין פארמעסט פון זיין סענאט קאמפיין אין זיין היים שטאט אריזאנע.

די ליבעראלע מעדיע אין אמעריקע האסן איר, און רייסן איר אראפ שטענדיג אויף טריט און שריט.