רוי:סאמאטאר

ווערסיע פון 12:29, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

סאָמאָטאָר (סלאוואקיש: Somotor, אונגאַריש: Szomotor) איז א דארף אין דעם קאשויער ראיאן, סלאוואקיי, 11 ק"מ מזרח פון איהעל און 12 ק"מ מערב פון העלמעץ.

בנוגע רבנישע אנלעגענהייטן האט דאס געהערט צו די גלילות פון העלמעץ.

ביזן צווייטן וועלט קריג איז געווען אין סאמאטאר א יידישע געמיינדע, וואס די נאציס האבן פארניכטעט. דער בית עולם שטייט נאך.