רוי:רבי נפתלי הורוויץ (ראזוואדאוו)

ווערסיע פון 12:29, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רבי נפתלי הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ן - ה'תש"ב), דער ראזוואדאווער רב.

אפשטאם

רבי נפתלי'טשע איז געבוירן אין יאר ה'תר"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אפרים הורוויץ, א זון פון הרב צבי הירש הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ דער פלאנטשער רב.

רבנות

רבי נפתלי'טשע האט געפירט א ביטערן קאמפף מיט זיין יונגערן ברידער רבי משה איבער דעם רבנות פון ראזוואדאוו, זיי האבען זיך אויסגעמיטען פון צו טרעפען אפילו אויף שמחות, נאר פורים האבען זיי זיך געשיקט משלוח מנות. נאך א דין תורה זענען ביידע געבליבען רבנים איינער אויף א דריטעל פון געהאלט און דער אנדערע אויף צוויי דריטעל. ער האט פארמאגט זייער א שטארקע שטומע, מענטשען פלעגען קומען צו זיינע טישען צו הערען וואו ער זונגט דעם פאטערס ניגונים (מעלאדיעס) מיט א שטארקן דביקות, אומגעפעהר ביז צוויי שטונדען נאך האלבע נאכט.

הסתלקות

רבי נפתלי'טשע איז אומגעקומען אויף קידוש השם, צוזאמען מיט זיין פרוי מרים און זייערע קינדער:

  • יהודית און צבי הירש, הי"ד.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר