רוי:רבי נפתלי הורוויץ (דעמביץ)

ווערסיע פון 10:26, 27 פעברואר 2009 דורך YI>יוסל
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי נפתלי הורוויץ זצ"ל (ה'תרל"ג - ה'תש"ג), רבי נפתלי'טשע דעמביצער.

אפשטאם

רבי נפתלי'טשע איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ג (אומגעפעהר), דער יונגסטער זון צו זיין פאטער הרב ראובן הורוויץ, רב אין דעמביץ, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשעקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.

רבנות

רבי נפתלי'טשע האט געהאט יונגערהייט זייער א הערלעכע שטימע, און איז געווען א געוואלדיגער טאלאנטפולער זינגער. אין א געלעגענהייט ווען זיין פעטער דער דזשיקאווער רב דער אמרי נועם האט חתונה געמאכט, האט רבי נפתלי'טשע געוואלט פארן זינגען ביי דער חתונה, אבער זיין עלטערער ברודער רבי אלטער'ל האט אים פארבאטן צו פארן, וויבאלד די באציאונגען צווישן דעמביצער הויף און דזשיקאווער הויף איז נישט געווען אמבעסטן. רבי נפתלי'טשע האט דאך געוואלט פארן, אבער ער איז געווארן הייזעריק און פארלוירן זיין שטימע און מער קיינמאל נישט געקענט זינגען, מיטאמאל זיין א בעל תפלה. רבי נפתלי'טשע איז געווען א גרויסער קעמפֿער קעגן דער ציוניסטשער באוועגונג, ווען זייער אנפירער הערצל איז געשטארבן האט רבי נפתלי'טשע געמאכט א סעודת הודאה.

נאך דער פטירה פון זיין שווער האט רבי נפתלי'טשע אנגעפירט מיט זיין שווער'ס געשעפטן אין דוקלא, אבער ליידער האט ער נישט געהאט קיין ערפאלג, און איז צוריק געקומען קיין דעמביץ. די יארן פון ה'תרפ"ד ביז ה'תרצ"ד האט רבי נפתלי'טשע פארברענגט אין אמעריקא, ער האט דארט שטארק מצליח געווען, אבער ליידער האט אים זיין זון אלעס פארלוירן.

ווען רבי נפתלי'טשע איז צוריק געקומען קיין דעמביץ האט רבי נפתלי'טשע געוואלט ווערן ראש בית דין, אבער זיין ברודער'ס זון הרב צבי אלימלך הורוויץ דער דאמאלסדיגער רב אין דעמביץ - וועלכער איז געווען א געוואלדעגער קעמפֿער קעגען דער ציוניסטשער באוועגונג - האט אים נישט צוגעלאזט, האלטנדיג, אז רבי נפתלי'טשע איז נישט גענוג קעמפֿער. רבי נפתלי'טשע איז געבליבן וואוינען אין דעמביץ אלס נישט אפיציעלער רב.

הסתלקות

רבי נפתלי'טשע איז אומגעקומען אין דער צווייטער וועלט מלחמה, הי"ד.

פאמיליע

רבי נפתלי'טשע האט געהייראט א טאכטער פון הנגיד הרב מרדכי (רבי מאטעלע) וויינבערג פון דוקלא. זייערע קינדער:

  • הרב ראובן הורוויץ , ער האט געהייראט מרת רייזל' א טאכטער פון הרב שמחה תאומים-פרענקל פון פאדגארזע, (דער שווער פון הרב צבי אלימלך קארנרייך).
  • די ווייב בזיווג שני פון הרב יצחק הורוויץ רב אין טשען.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר