רוי:ניקאלאס מאדורא

ווערסיע פון 00:24, 13 דעצעמבער 2019 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
ניקאלאס מאדורא

ניקאלאַס מאַדורא מאראס (געבוירן דעם 23סטן נאוועמגער, 1962) איז א ווענעזועלער פאליטיקער וואס איז געווען דער 46סטער פרעזידענט פון ווענעזועלע זייט 2013. ער איז געווען פריער דער וויצע פרעזידענט פון ווענעזועלע און דער אויסלאנד־מיניסטער. מאדורא איז געווארן דערווייליקער פרעזידענט נאָך דיעם טויט פון יוגא טשוועז .

אום 14טן אפריל, 2013, איז מאַדוראָ געווארן געוויילט פרעזידענט פון ווענעזועלע, ווען ער האט געזיגט הענריק קאפרילעס מיט א קליינער מערהייט פון 1.5% צווישן די צוויי קאַנדאַטן. קאַפּרילעס האט פארלאנגט אַ ווידער ציילונג, און האט אפגעזאגט אנערקענען דעם אויסקום ווי גילטיק.[1]

מאַדוראָ איז געבוירן געווארן דעם 23סטן נאוועמבער 1962 אין קאַראַקאַס, ווענעזועלע. זיין פאטער האט געשטאמט פון א ספרדיש־יידישער משפּחה.[2] ער איז געהייראט צו סיליאַ פלאָרעס. איידער מאדורא איז געווארן אַ פּאָליטיקער, איז ער געווען אַן אויטאָבוס־שאָפֿער אין קאַראַקאַס.

ווען זיין קאדענץ ווי פרעזידענט האט געענדיגט אום 10טן יאנואר 2019 האט ער זיך באשטימט פאר א צווייטן קאדענץ. מער ווי 50 לענדער ארום דער וועלט אנערקענען נישט אז ער איז נאך פרעזידענט.

רעפערענצן

  1. Shoichet, Catherine (‏‏15טן אפריל 2013). "Chavez's Political Heir Declared Winner; Opponent Demands Recount", CNN. דערגרייכט דעם ‏15טן אפריל 2013. 
  2. 6to Poder (‏30סטן מערץ 2013). Nicolás Maduro: 'Yo soy hijo de Chávez, pero no soy Chávez' (Vídeo). Noticias Venezuela. דערגרייכט דעם 13 אפריל 2013.