רוי:רבי נחום פארצאוויטש

ווערסיע פון 20:03, 13 אויגוסט 2020 דורך YI>פויליקער13
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

הרב נחום פרצוביץ ראש ישיבת מיר פון ירושלים רבי נחום פרצאוויטש (כ' אדר תרפ"ג - י"ח חשוון תשמ"ז) איז געווען א ראש ישיבה אין דער מירער ישיבה אין ירושלים.

ביאגראפיע

רבי נחום פרצאוויטש איז געבוירן געווארן כ' אדר תרפ"ג אין טראקי, ליטע, צו זיין פאטער הרב אריה צבי, שטאטס רב פון טראקי. ביי די ניין יאר האט זיין פאטער אים גענומען לערנען אין דער ראמיילעס ישיבה. ביי די 12 יאר איז ער אריבער לענרנען אין דער אוהל תורה ישיבה אין באראנאוויטש ביי רבי אלחנן וואסערמאן. אין תרצ"ז ווען ער איז געווען אלט 14 יאר האט ער אנגעהויבן לערנען אין קאמעניץ ביי רבי ברוך בער לייבאוויץ.

זומער תרצ"ט איז ער געגאנגען לערנען אין מיר וואו מ'האט אים געקענט ווי דער "טראַקיער עילוי". פון דעמאלסט אן איז ער געבליבן אין דער מירער ישיבה.

ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט רבי חיים שמואלעוויטש גענומען פאר א חתן צו זיין טאכטער עטיל.

אין תש"ל איז ער געווארן קראנק, אבער ער האט ווייטער געלערנט אין בית מדרש.

משפחה

זיינע קינדער:

  • רבי צבי פרצאוויטש, ראש ישיבה אין מיר-בראכפעלד
  • רבי רפאל פרצאוויטש
  • מלכה, ווייב פון רבי אשר אריאלי
  • ווייב פון רבי חיים מענדל בראדסקי, ראש ישיבה פון טאראנטא ישיבה גדולה
  • ווייב פון רבי יצחק העלמאן