רוי:משה זון פון בעל התניא

ווערסיע פון 15:14, 8 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 2 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2903645 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

משה, דער זון פון בעל התניא איז א פערזאן ארום וועמען עס זענען געווען פארשידענע קלאנגען און לעגענדעס אין די תולדות החסידות און אויף וועמען עס איז ביז לעצטנס געווען א גרויס מאס פארהוילן.

די הויפט ידיעה איבער משה, דער זון פון בעל התניא, איז אז ער האט זיך גע'שמד'ט און געווארן א קריסט. איבער דער מיסטעריעזער פאקט זענען געבויט געווארן פארשידענע גירסאות און נוסחאות.

צווישן חסידים

צווישן חסידים פלעגט זיין אנגענומען אז משה האט גענומען אויף זיך צוויי יאר צו וואנדערן גלות און אנדערע סיגופים אויף מכפר צו זיין אויף אן אומווילנדן שמד.

איין לעגענדע דערציילט אז ר' ברוך פון מעזשביזש האט זיך איינמאל געבייזערט אויפ'ן בעל התניא פאר'ן פסל'ען די תפילין זיינע וואס ער האט גע'ירש'נט פונ'ם בעש"ט, זאגנדיג דערביי: דו האסט מיר צוגענומען א יוד פון די תפילין, וועל איך דיר צונעמען א יוד פון דיינע זון.


דער רבי ריי"צ'ס גירסא

דער פריערדיגער לובאוויטשער רבי, ר' יוסף יצחק שניאורסאן, וועלכער איז באקאנט געווען פאר זיינע ביכער און סיפורים איבער די אנהייב פון די חסיד'ישע פעריאדע, באשרייבט דעם עפיזאד אלס אן אקט פון קידוש השם פון דעם בעל התניא'ס זון. לויט דעם נוסח, האט משה זיך אסאך שטודירט אין קריסטליכע ענינים, און זיך געלאזט פירן א וויכוח מיט קריסטליכע גלחים. דער וויכוח האט ער געוואנען, אבער די רעגעניש פון די קריסטליכע גלחים האט געברענגט דערצו אז ער זאל מוזן אנטלויפן פון זיין היים און פאמיליע, מורא האבנדיג אז מען וועט אים צווינגען זיך צו שמד'ן.


חוקרי החסידות

היסטאריקער פון די אלגעמיינע אקאדעמישע וועלט, ווי צ.ב.ש. דוד אסף, האבן ערפונדן אז די פרשה איז מער קאמפליצירט.

משה האט ווארשיינליך געהאט מענטאלישע און פסיכאלאגישע פראבלעמען וואס די משפחה האט פרובירט צו באהאנדלען. אין אנהייב האט זיך משה פארבעסערט, ביז מען האט אים געקענט חתונה מאכן מיט די טאכטער פון א גביר. שפעטער איז ער געווארן איינגעשטעלט אלץ א רב אין א געוויסע שטעטל.

מיט די יארן האט זיך זיין מצב פארערגערט, און עס איז אים אריין אין קאפ זיך צו שמד'ן.

עס זענען לעצטנס געפונען געווארן דאקומענטן אין רעגירונגס ארכיוון אין בעלארוס וואס ווייזן אז עס איז דא ממשות צו די קלאנגען פון שמד. צווישן די דאקומענטן איז געפונען געווארן א פארם מיט משה'ס חתימה וואו ער בעט מען זאל אים צוגרייטן דעם באקריסטליכונג צערעמאניע אין דעם קירכע. אויך איז דא א בריוו פון צוויי ברידער פון משה וואס בעטן מען זאל מבטל זיין דער בקשה ווייל משה איז גייסטיש (מענטאליש) קראנק און זיין בקשה קומט נישט פון ריכטיגן זינען.

דרויסנדע לינקס