רוי:משה דוד נידערמאן
משה דוד נידערמאן איז אנערקענט ביי דער חרדישער באפעלקרונג פון ניו יארק אלס הויפט פּאָליטישער שתדלן און עסקן פאר די חסידישע איינוואוינער פון ניו יארק און אלס דער אנפירנדיגער פון די פאראייניגטע אידישע ארגאניזאציעס אין וויליאמסבורג.
ער איז דער פאָרזיצער פון רב טוב, אן ארגאניזאציע וואס גיט זיך אפ מיט ראטעווען אידישע פליטים. ער פירט די פאליטישע קאנעקשאנס פאר די זאליס און העלפט זיי ביי יעדער מערכה קעגן די ארונים. און ווי זיינע קעגנער טענה'ן קען עס קומען אפילו אויפן חשבון פון די אלגעמיינע וויליאמסבורגער איינוואוינער. מוסטער:ייד-ביא-שטומף