רוי:משה גענטשאף
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "משה גענטשאף".
משה גענטשאף (1904-1997) איז געווען א חזן אין ניו יארק, אמעריקע.
חזן משה גענשאף איז געבוירן אין אדעס, און איז געקומען מיט זיינע עלטערן קיין אמעריקע, אין טאלעדא, אהאיא.
ער האט שטודירט ביים בארימטן חזן יעקב ראַפּאָפּאָרט.
זיינע ערשטע חזני'שע אויפטריטן האבן זיך אנגעהויבן אין יאר תרפ"ח. זינט דאן האט ער געדינט אין עטליכע שוהלן אין ניו יארק, ביז ער איז אין יאר תש"ד אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום פון דוד רויטמאן אלס חזן פון בית הכנסת שערי צדק אין ניו יארק.
ער האט אויפגעטרעטן ביי קאנצערטן איבער די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, אייראפע, צענטראל אוו סאוט אמעריקע און ארץ ישראל.
ער האט רעקארדירט פולע פון זיינע חזנ'ישע קאמפאזיציעס, און ער פלעגט אויך אסאך נאכזינגען פונעם רבי'ן פון די חזנים "זיידל ראוונער".