רוי:מערב זייט

ווערסיע פון 01:42, 4 יוני 2019 דורך YI>אקעגן
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

די מערבֿ־זייט (אָדער דער אַבענד־לאַנד) (Occident) געגענזאץ צו מזרח־זייט (אָדער מאָרגנלאַנד) (Orient) נאָמען פֿאר די װעסטליכע העלפֿט פֿון אײראָפּע, איינשליסענד דייטשלאַנד, ענגלאַנד, פֿראַנקרייך, איטאליע און די פּיראנעישע האַלב־אינזל. אין דער צייט פֿון דער רוימישער װעלט־הערשאַפֿט האָט קייסער טעאָדאָזיוס די לענדער געטיילט אין צװיי טיילן. באַטראַכטענדיק רוים אַלס דעם מיטלפּונקט פֿון דער ערד האָט ער געגעבען די לענדער װאָס ליגן בײ זונן־אונטערגאַנג אַ נאָמען מערבֿ־מזרח־זייט. מיט דעם װאָרט מערבֿ־זייט איז פֿארשטאַנען געװאָרען דאָס װעסט־רוימישע רײך, און מיט דעם װאָרט מזרח־לאַנד דאָס אָסט־רוימישע רײד. אַלס דאָס קריסטנטום האָט זיך צום ערשטן מאָל געשפּאָלטן איז דאָס מערבֿ־זייט געבליבן ביים רוימיש־קאַטאָליציזם װערענד דאָס מזרח־זייט איז געװאָרן גרעכיש־קאַטאָליש.

קוואַלן

דער דאָזיגער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט "אַבענד־לאַנד" אין דער אַלגעמיינער אילוסטרירטער ענציקלאָפעדיע (באַנד 1), וואָס איז היינט אינעם רשות-הרבים.