רוי:מעטריקע

ווערסיע פון 12:26, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

א מעטריקע איז א צערטיפיקאט פון געבורט, חתונה אדער טויט פון א מענטש. במשך די לעצטע צוויי הונדערט יאר האבן אלע לענדער איינגעפירט אז מען מוז איינשרייבן געבורטן, חתונות און טויטן. די מעטריקע איז גילטיג פאר אלע נויטיקייטן אין דעם לאנד וואו מען האט זי איינגעשריבן. בכדי אז זי זאל ווערן אנערקענט אין אנדער לענדער דארף זי ווערן לעגאליזירט. היינטיגע צייטן ע"פ רוב טוט מען דאס לעגאליזירן מיט או אפאסטיל.