רוי:מסכת נדה

ווערסיע פון 00:22, 29 יאנואר 2014 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

מסכת נדה איז די זיבעטע מסכתא פון סדר טהרות אין משניות, מיט צען פרקים.

די מסכתא האנדלט ארום די דינים פון נדה און טומאת נדה, וואס שטייט אין דער תורה, און וויאזוי מען ווערט טהור פון דער טומאה. א פרוי ווערט טמא, א נידה, ווען ס'הייבט אן ביי איר דער וסת.

אנדערש ווי רוב מסכתות אין סדר טהרות, די הלכות אין מסכת נידה זענען רעלעוואנט אויך היינט, כאטש עס שטייט נישט קיין בית המקדש און ביי אונז איז נישט נוהג די דינים פון טומאה וטהרה.

נעמען פון די פרקים אין דער מסכתא

  1. שמאי
  2. כל היד
  3. המפלת חתיכה
  4. בנות כותים
  5. יוצא דופן
  6. בא סימן
  7. דם הנדה
  8. הרואה כתם
  9. האשה שהיא עושה
  10. תנוקת