רוי:רבי מנחם פישער
ר' מנחם פישער איז דער דיין פון דער וויענער קהילה אין מאנסי, ניו יארק.[1][2] דער הכשר פון קהל עדת יראים וויען איז אונטער זיין אויפזיכט.
ער איז געווען פון די באליבסטע תלמידים פון ר' עזריאל יהודה לעבאוויטש, דער ווינער רב. נאכן פטירה פונעם ווינער רב, האט ער באקומען אלץ ירושה זיין שטריימל, און זייט דעמאלט האט ער אנגעהויבן גיין מיט א שטריימל.
ער האט לאנגע יארן געדינט אלס ראש ישיבה פון דער מתיבתא נחלת יעקב וויען.