רוי:רבי מיכאל בער ווייסמאנדל

ווערסיע פון 12:25, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
טעקע:Weissmandl.jpg
רבי מיכאל בער ז"ל

רבי מיכאל בער ווייסמאנדל (ד' חשוון תרס"ד 1903 - ו' כסלו תשי"ח 1957) איז באקאנט מיט זיינע הצלה אקטיוויטעטן צו ראטעווען אידן פון דעם חורבן אייראפע.

יוגנט יארן

מיכאל בער איז געבוירן אין דעברעצין, אונגארן, ד' חשוון תרס"ד צו יוסף ווייסמאנדל, א שוחט. א פאר יאר שפעטער האט זיין משפחה געצויגן קיין טירנוי (היינט סלאוואקיי). אין תרצ"א איז ער געגאנגען לערנען אין נייטרא אין דער ישיבה פון הרב שמואל דוד אונגאר.

חתונה

זייענדיג א טירנויער, וואס ווי באקאנט איז דער נייטרא'ער רב אויך געקומען פון דער שטאט, איז בייגעפאלן פאר איינעם אנצוטראגן דעם שידוך צווישן מיכאל בער מיט ברכה רחל אונגאר. זיי האבן חתונה געהאט אין תרצ"ז.

נאך זיין חתונה איז ער געפארן פארברענגען אין דער באדליען ביבליאטעק אין אקספארד, ענגלאנד, וואו ער האט מעתיק געווען תורת הראשונים, וואס ליידער א גרויסער טייל פון זיי איז נעבעך נישט איבערגעליבן נאכן גרויסן חורבן.

ער האט געהאט א שטוב מיט פינף קינדער, וועלכע זענען ליידער צוזאמען מיט זייער מאמע אומגעקומען אין אוישוויץ, און ער איז אויפן וועג ארויסגעשפרונגען פון דער באן, באשליסנדיג דעם גורל'דיגן באשלוס אז עס איז וויכטיגער עוסק צו זיין אין הצלת נפשות ווי צו זיין מיט זיינע באליבטע אין די לעצטע מינוטן.

דורכאויס די קריג

נאכן קריג

נאכן קריג איז ער נעבעך געוועזן זייער צובראכן, און ער האט נישט צופיל געהאט געטראכט פון נאכאמאל חתונה האבן און אויפשטעלן א פרישע שטוב, אבער איינמאל פארוויילנדיג אין וויליאמסבורג אין שטוב פון דעם עסקן וואס האט זיך איבערגעגעבן פאר אים בלב ונפש, ר' מנחם משה פעלזנבורג, איז געוועזן דארטן זיין געוועזענער שוואגערס, הגה"צ אבד"ק נייטרא ז"ל'ס, שוועגערן, מרת לאה טייטלבוים, טאכטער פון ר' יעקב מרדכי, און צוזעענדיג זיין צובראכענעם געמיט האט זי זיך אויסגעדרוקט פאר ר' מנחם משה אז זי איז גרייט חתונה צו האבן מיט אים כדי אים צו דערפרייען אביסל און אים ארויסהעלפן און אים צו באדינען. ר' מיכאל בער האט קודם נישט געוואלט גלייבן אבער צום סוף האט ר' מנחם מרדכי אויסגעפירט דעם שידוך, און זיי האבן אויפגעשטעלט א הערליך דור פון זעקס קינדער:

  1. ר' יוסף עמרם ז"ל
  2. ר' מנחם מאיר רב דקהל תורת חמ"ד נייטרא
  3. ר' שמואל דוד
  4. ר' אלי' יצחק
  5. ר' יעקב ישראל
  6. דאס ווייב פון ר' משה מנחם פישער

נייטרא ישיבה

ער האט געגרינדעט די נייטרא ישיבה און נייטרא יישוב אין מאונט קיסקא, ניו יארק.

זיין פטירה

ער איז געשטארבן יונג פון א הארץ אטאקע. מוסטער:רב-שטומף