רוי:מייבאק

ווערסיע פון 23:32, 8 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 35 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q35989 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

מייבאק איז א אולטרא לוקסוס אויטא וועלכע ווערט געמאכט דורך דיימלער-קרייסלער. דער אויטא קאסט נאנט צו א האלב מיליאן דאלאר און ווערט ספעצעיעל דעזיינט פאר גאר רייכע קונדן וועלכע ווילן האבן דאס בעסטע באקוועמליכקייטן מעגליך אין אן אויטא.


דאס געבורט פון מייבאק

מייבאק איז נישט קיין נייער נאמען, עס איז אן אויטא וועלכע איז געווען אין פולן שוואונג אין די ערשטע יארן פונעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט. די פירמע איז געגאנגן שלאפן עטליכע צענדליג יארן שפעטער און איז יעצט צוריק אויפגעלעבט געווארן דורך דיימלער-קרייסלער (מערצעדעס) וועלכע האט געוואלט טראגן די פאן פון לוקסוס אויטאס.

וואס עפעס דיימלער –קרייסלער?

אין 860' האבן זיך ווילהעם מייבאק און גאטליב דיימלער זיך געטראפן און אנגעפאנגן געהיימע פלענער צו אנטוויקלן אן אויטאמאביל וועלכע וועט זיין בעסער און באקוועמער ווי די אנדערע מאדנע אויטאס וועלכע האבן אין יענע צייטן אנגעהויבן אריינקומען אין אייראפע. 25 יאר דערויף איז זייער פירמע שוין געשטאנען אונטער'ן נאמען "אינטערנעל קאמביושן ענדזשינס און אויטאמאבילן" און האבן ערצייגט איר ערשטן מאדעל וועלכע האט פארמאגט א 0.5 פערד-קראפט מאטאר. עטליכע יאר דערויף האבן זיי ערצייגט א פרישן מאדעל וועלכע איז שוין געפארן אויף 4 רעדער און זיי האבן דאס שטאלצערהייט געפירט צו א אויטא פארשטעלונג אין פאריז ווי די קאנסומער איז געשטאנען צוגענאגעלט, באטראכטנדיג די דעטאלן פון די מייסטער ארבעט וועלכע די צוויי אינדזשינירן האבן צוזאמענגעשטעלט. 5 יאר דערויף האט די פירמע ערצייגט די וועלט'ס ערשטע 4 צילינדער מאטאר און פון דאר און ווייטער איז היסטאריע. די צוויי האבן זיך אפגעטיילט און די ריזיגע און פרעסטידזשפולע פירמע מערצעדעס איז געבוירן געווארן און זי האט שטארק מצליח געווען. דאקעגן איז מר. מייבאק געבליבן אביסל אויסגעשפילט און זיינע קינדער האבן שפעטער פארמאכט די פירמע. די לעצטע אויטא וואס די פירמע האט פראדוצירט איז געווען אין 941' און האט געהייסן עס-דאבעליו 42.

אירע אויטאס האבן שוין דעמאלט געהייסן צו זיין גאר גוטע אויטאס און זענען גענוצט געווארן דורך גאר רייכע ביזנעס פיגורן צווישן די יארן פון 921' ביז 941' ווען די צווייטע וועלט קריג האט פיזיש צוקלאפט די גאנצע עקאנאמיע און מייבאק איז געבליבן א קרבן.


וואס איז א מייבאק?

א מייבאק איז א אולטרע לוקסוס אויטא וועלכע קען אקאמאדירן 4 פאסאזשירן אויף די באקוועמיליכסטן אויפ'ן וואס סיי וועלכע אויטא האט אמאל געגעבן.

ווי דערמאנט זענען פאראן 2 מאדעלן די 57 און די 62 וועלכע זייער ענליך איינע צו די אנדערע מיט די אויסנאם אז די 62 איז פיל לענגער און האט אויך מער לוקסוס ווי די 57. די עקסטערע האלבע מעטער גיט דעם 62 גאר אסאך פלאץ אינעם אונטערשטן טייל פון די אויטא ווי עס זענען פאראן 2 פול רעקליינט זיצן מיט א העכסט פארגעשריטענער סקיי-לייט ווינדאו וועלכע טוישט אירע קאלירן לויט די שטארקייט פון די זון אדער לויט דאס געמיטער פון דעם עושר וועלכע זיצט אינעווייניג.

אינעווייניג אינעם מייבאק איז פאראן יעדע לוקסוס וועלכע מען קען אריינשטעלן אין א אויטא. יעדע שטריך וועלכע געפינט זיך אין סיי וועלכע אנדערע טייערע אויטא איז דארט אויך פאראן אבער אין צוגאב זענען פאראן אזעלכע פונקציעס וועלכע מען האט קיינמאל פריער נישט געטראכט אריינצושטעלן אין אן אויטא. אט א טיילווייזע ליסטע:

• אן אריינגעבויטע רעפרידזשערעיטאר וועלכע נוצט איר אייגענע קאמפרעסאר.

• די פריער דערמאנטע קלוגע דאך פענסטער.

• קליינע סאלאר צעלן וועלכע אקטיוויזירן א ווענטולאציע סיסטעם ווען מען לאזט דעם אויטא געפארקט אונטער א הייסע זון.

• 10 עיר-בעגס. 4 ארגינעלע פאר אלע 4 פאסאזשירן, 4 זייטיגע עירבעגס, און צוויי פירהאנגן.

• לופט פילטערס וועלכע רייניגן די לופט וואס קומט אריין אינעם אויטא.

• שרייבן טישלעך וועלכע קומען ארויס פון די פארדערשטע צוויי זיצן.

• מולטי מידיא שפילער מיט גרויסע סקרינס פארענט פון די צוויי אונטערשטע זיצן.

• פירהאנגן צו באדעקן די פארדערשטע און אונטערשטע פענסטער.

• א קלוגע רעמאוט סיסטעם וועלכע שפארט אויף און צו דורך גיין נאנט אדער אנדערע וועגן.

• פולע רעקליינער אונטערשטע זיצן.

• אינטערקאם צווישן די פארדעשטע און אונטערשטע זיצן.

• עלעקטראנישע פענסטער וועלכע קען אפטיילן צווישן די פאדערטשע און אונטערשטע זיצן וועלכע קען אויך ווערן טונקעל אדער ליכטיגער.

• א באוס מוזיק סיסטעם מיט 21 ספיקערס.

• די טייערסטע איטאליע לעדער און עכטע אוק האלץ.

די אויטא קען מען אויך באשטעלן מיט בולעט פרוף פענסטער און שטערקערע אייזן וועלכע פארזיכערט אז די פאסאזשירן קענען נישט געשעדיגט ווערן דורך פיינטליכע עלעמענטן. עס פארמאגט אן אינטערקאס צו רעדן מיט איינעם אינדרויסן אן דארפן עפענען די פענסטער און האט ספעציעלע רעדער וועלכע קען פארן אפילו אויב מען לאזט ארויס די לופט.


זיין פארשטעלונג

דער נענסטער אויטא צום מייבאק איז דער ראלס ראיעס פענטאם וועלכער האט ענליכע שטריכן, קאסט אן ענליכן פרייז, און ווערט געקויפט דורך די זעלבע קלאס מענטשן. אבער עס וואלט געווען אינטערעסאנטער צו פארגלייכן דעם מיימאק צו די פאפולערע קארוועט וועלכער האט א גאר גוטער מאטאר און איז איינע פון די בעסטע ווען עס קומט צו מאטאר קוואליטעט. דער קארוועט איז א ספארטס אויטא און דער מייבאק איז א ריזיגער לוקסוסדיגער אויטא-יאכט וועלכע איז איבער 4 פיס לענגער און וועגט איבער 3,000 פונט מער פון דעם קארוועט, וואס טייטש דאפעלט די וואג.

ווען מען שטעלט ביידע אויטאס פאר א מאטאר פארשטעלונג פארמעסט זענען זיי ביידע אייניג און וועלן ארויפציען פון 0 צו 60 מייל פער שטונדע אין 4.9 סעקונדן. אויב מען וועט גיין פון 0 צו 80 מייל פער שטונדע וועט די מייבאק זיין א משהו שנעלער. 7.8 סעקונדן פאר די מייבאק און 7.9 סעקונדן פאר די קארוועט. ווען עס קומט צו ברעיקן איז די מייבאק פיל מער פארגעשריטן און וועט קאמפלעט אראפברעיקן זייענדיג אויף 60 מייל פער שטונדע אין א שטח פון 121 פיס ווען דער קארוועט וועט ברויכן 345 פיס. פארגעסט נישט אז די מייבאק וועגט דאפעלט און איז אנדערהאלבן מאל אזוי גרויס.

דער מאטאר פון דעם מייבאק איז א ווי-12 מאטאר וועלכער אנטהאלט דריי וואלווס פער צילינדער וואס גיט אים 543 פערד-קראפט אין קאנטראסט צו דעם קארוועט מאטאר וועלכע איז גרעסער איז סייז אבער קען נאר פראדוצירן 350 פערד-קראפט. די ברעיקס פון דעם מייבאק זענען די בעסטע וואס מען האט אמאל געמאכט. די פאדערשטע צוויי רעדער פארמאגן ברעיקינג דיסקס פון ביידע זייטן און א ספעציעלע קאמפיוטער באטראכט און פארשטייט וויאזוי דער דרייווער טוט ברעיקן און לויט דעם ווייסט עס וויפיל דרוק צו לייגן מיט אירע 6 ברעיקינג דיסקס.

אן אנדערע קאמפיוטער כאפט אויף די גאנצע צייט ביי וועלכע ווינקלן דער אויטא ווארפט זיך דורכ'ן פארן און טוט לויט דעם אנשטעלן די ספרינגס וויפיל דרוק עס זאל ארויסגעבן צו יעדעס ארט אזוי אז די פאסאזשירן אינעווייניג זאלן גארנישט שפירן אז עס פארט יעצט.


דאס קויפן א מייבאק

עס איז פארשטענדליך אז צו קויפן אן אויטא פון איבער $300,000 גייט נישט אזויווי דאס קויפן א ביליגן אויטא. די פירמע פראדוצירט נאר 1,000 אזעלכע אויטאס פער יאר און די מעגליכע קאסטומערס זענען עקסטרעם ווייניג.

די פירמע האט נאך קיינמאל נישט געמאכט קיין טעלעוויזיע אדער אנדערע סארט אדווערטייזמענט און פלאנט עס נישט אינעם צוקונפט. די אגענטן פאר די פירמע פאלגן נאך ווער זענען די רייכסטע מענטשן אויף די וועלט און נוצן א דירעקטע מעיל קאמפיין זיי צו מאכן אינטערעסירט אין דעם אויטא. איינמאל איינער פון זיי אינטערעסירט זיך מער וועגן דעם שיקט מען אים ארויס א ספעציעלע בראשור אין א טייערע גלאזערענע שאכטל מיט זיין נאמען ארויפגעקריצט דערויף וועלכע קאסט עטליכע הונדערט דאלאר. אינעם בראשור ווערט ציטירט די היסטאריע פון דעם אויטא, וואס עס באווייזט, און וויפיל עס קאסט.

אויב איינער איז אינטערעסירט דאס צו קויפן האט ער איינס פון די צוויי ברירה'ס: אדער אראפפארן קיין סינדלפינגן, דייטשלאנד וואו די אויטא ווערט געמאכט. אדער גיין צו געוויסע מערצעדעס דילערס איבער'ן לאנד וועלכע זענען קואליפיצירט צו פארקויפן דעם טייערן אויטא. אין גאנץ נארט אמעריקע זענען אין דעם פארגאנגענעם יאר נאר באשטעלט געווארן 40 אזעלכע אויטאס וואס מיינט אז נישט אפילו אין יעדע שטאט איז פאראן איינער וואס פארמאגט אזא אויטא.