רוי:מוהל

ווערסיע פון 05:39, 14 מאי 2020 דורך YI>פוילישער (רעדאַקטירונגען פֿון 68.199.108.128 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

מוסטער:יידישקייט מוהל איז דער וואס שניידט אוועק די ערלה פון איינעם ביי א רעליגיעזער צעראמאניע ברית מילה.

מעיקר הדין ליגט די מצוה פון מילה אויפן פאטער פונעם קינד, אבער רוב פאטערס האבן נישט די דערפארונג דעריבער בעט מען א פראפעסיאנעלער מוהל צו ווערן זיין שליח.

באקאנטע מוהלים

אין ארץ ישראל איז געווען א גרויסער מוהל יאסעלע ווייסבערג וואס האט גע'מל'עט יעדן טאג עטליכע קינדער. זיין זון משה גייט אין זיינע פיסטריט, און ער איז דער אפיציעלער מוהל אין שערי צדק שפיטאל.

אין דער וויזשניצער קהילה אין מאנסי, ווען דער פריערדיגער רבי, רבי מרדכי האגער פלעגט מכובד ווערן מיט סנדקאות, אויסשליסליך נאר זיין זון, רבי ישראל האגער, וואס האט געדינט דעמאלטס אלס רב ד'קהל "תורת חיים" אין מאנסי, און וועלכער איז א בארימטער מוהל, האט געמעגט דורכפירן די ברית.