רוי:מארלעבאן סטאנציע

ווערסיע פון 15:33, 27 אויגוסט 2019 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
מאַרלעבאן נאציאנאלע באן
בילד

הויפט אריינגאנג

(למפת צענטראל לאנדאן רגילה)
Open street map central london.svg|
 
}}
|
מאַרלעבאן
מאַרלעבאן
}}

לאקאציע פון מאַרלעבאן אין צענטראל לאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Marylebone
יאר געעפנט: 1899
לאקאציע: מארלעבאן
בארא: סיטי פון וועסטמינסטער
פארוואלטער: טשילטערן באנען
צאל פעראנען: 6
סטאנציע קאד: MYB
טראוולקארטע זאנע: זאנע 1
נאציאנאלע באן יערליכע פאסאזשירן
2013-14 ארויף 15.521 מיליאן
2014-15 ארויף 15.978 מיליאן
2015-16 אראפ 15.933 מיליאן
2016-17 ארויף 16.667 מיליאן
2017-18 ארויף 16.693 מיליאן

מאַרלעבאן סטאנציע (ענגליש: Marylebone), אויך באוואוסט מיטן נאמען לאנדאן מאַרלעבאן, איז א צענטראל-לאנדאן סוף-סטאנציע און א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע, וואס געפינט זיך האלבוועגס צווישן די יוסטאן און פאדינגטאן הויפטליניע סטאנציעס, בערך 1.6 ק"מ פון יעדער איינע. די סטאנציע דינט ווי די סוף-סטאנציע פון דער טשילטערן מיינליין רוטע קיין בירמינגהאם.

מען האט צוגעבויט צוויי נייע פעראנען אין 2006 אזוי ווי די צאל פאסאזשירן און דינסטן איז געוואקסן.

די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 1.

מארלעבאן איז די לעצטע פון די לאנדאנער סוף־סטאנציעס צו ווערן געעפנט, און אויך פון די קלענסטע. די ליניעס אין מארלעבאן זענען נישט עלעקטריפיקירט, און אלע באנען ווערן געפירט דורך דיזל.

נאציאנאלע באן

די הויפטליניע סטאנציע האט זעקס פעראנען; צוויי פון זיי געבויט אין 1899, נאך צוויי אריינגעלייגט אין די 1980ער יארן, און צוויי געבויט אין סעפטעמבער 2006. זי איז די איינציגע נישט-עלעקריפיזירט וואקזאל אין לאנדאן. מארלעבאן ווערט אפערירט דורך טשילטערן באנען (א טייל פון דויטשע באן), איינע פון ווייניג לאנדאנער וואקזאלן וואס זענען נישט פארוואלטעט דורך נעצווערק באן.[1]

היסטאריע

די סטאנציע האט געעפנט פאר פראכט דעם 27סטן יולי 1898 און פאר פאסאזשירן דעם 15טן מערץ 1899.

באדינונגען

די נאראמאלע באדינונג אין די נישט-שפיץ שעה׳ן איז :

נאך באנען פארן אין די שפיץ שעה׳ן, און טייל בירמינגהאם באנען פארן ווייטער קיין קידערמינסטער.

  פריערדיגע סטאנציע    נאציאנאלע באן     פאלגנדע סטאנציע  
סוף-סטאנציעטשילטערן באנען
טשילטערן הויפט ליניע
הויפט ליניע באדינונגען
טשילטערן באנען
טשילטערן הויפט ליניע
לאקאלע באדינונגען
טשילטערן באנען

לאנדאנער אונטערגרונט

מאַרלעבאן  
 

בעקערלו ליניע פעראן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Marylebone
יאר געעפנט: 1907
לאקאציע: מארלעבאן
בארא: סיטי פון וועסטמינסטער
פארוואלטער: לאנדאנער אונטערגרונט
ליניעס אדורך דער סטאנציע: בעקערלו ליניע
צאל פעראנען: 2
טראוולקארטע זאנע: זאנע 1
אונטערגרונט יערליכע פאסאזשירן
2014   13.30 מיליאן
2015   12.53 מיליאן
2016   12.95 מיליאן

די לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע ווערט באדינט דורך דער בעקערלו ליניע.

די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 1.

היסטאריע

די אונטערגרונט סטאנציע האט געעפנט אויף דער בעקער סטריט און וואטערלו באן דעם 27סטן מערץ 1907 מיטן נאמען גרייט סענטראל און האט באקומען דעם נאמען מארלעבאן אום 15טן אפריל 1917.

  פריערדיגע סטאנציע      לאנדאנער אונטערגרונט     פאלגנדע סטאנציע  
סוף-סטאנציעבעקערלו ליניע


רעפערענצן

  1. "מארלעבאן סטאנציע". טשילטערן באנען. Retrieved 19טן נאוועמבער 2016. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help) (ענגליש)

וועבלינקען