רוי:מאנגראווע
מאַנגראָװע װאַלד איז אַ מין װאַלד װאָס װאַקסט אין הײסע, טראָפּישע סבֿיבֿות, אױפן ברעג ים. די מאַנגראָװע בײמער זײנען אַדאַפּטירט צו װאַקסן אין זײער שװערע באַדינגונגען: זײערע װאָרצלן שטײען אין זאַלץ-װאַסער כמעט די גאַנצע צײַט. אָבער מיט הילף פֿון פֿאַרשײדענע אַדאַפּטאַציִעס, װי זאַלץ-דריזן װאָס ברענגען דעם זאַלץ אַװעק פֿון די פֿלאַנצען, קאָנען די בײמער איבערלעבען. אין מאַנגראָװע-װעלדער עס זײַנען פֿאַראַן אַ סך חיות, װי צום בײַשפּיל פֿײגעלעך, קראַבן און שרצים.