רוי:מאנגאן

ווערסיע פון 14:36, 17 מאי 2019 דורך YI>Minorax (png -> svg)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
Mn-TableImage.svg
זילבערן־מעטאַלישער מאנגאן

מאַנגאַן (Manganese) איז אַ כעמישער עלעמענט מיט כעמישן סימבאָל Mn און אטאם נומער 25. מאנגאן איז א איבערגאנג מעטאל מיט וויכטיגע אינדוסטריעלע באניצן אלס א געשמעלץ מעטאל. מען ניצט מאנגאן דיאקסיד פארן קאטאד אין באטעריעס.

פארשידענע ניצן פון מאנגאן:

  • מען גיט אריין מאנגאן אין בענזין צו שיצן דעם מאטאר.
  • מאנגאן ווערט אויך געניצט צו פארבן גלאז—דאס האבן שוין די רוימער און די עגיפטישע געוואוסט.
  • קאליום פערמאנגאנאט (KMnO4) ווערט אפט געניצט אין ארגאנישער כעמיע.