רוי:מאגנעזיום

ווערסיע פון 16:05, 1 מאי 2017 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
Mg-TableImage.svg
מאַגנעזיום קריסטאַל

מאַגנעזיום (לאטייניש: Magnesium) איז אַ כעמישער עלעמענט מיט סימבאָל Mg און אטאם נומער 12. ער איז אן אַלקאַלי-ערד מעטאַל.

אלס א גרופּע צוויי מעטאל ווי בעריליום און קאלציום זענען עס פאראן נאר צוויי עלעקטראנען אין זיין אויסערן עלעקטראן שאל ארביטאל וואס איז אין דעם דאזיגן פאל "3s2" אלס דער עלעקטראנען-קאנפיגוראציע. כדי צו שאפן אן ענערגיע־שטאבילן צושטאנד, וועט מאַגנעזיום גרינג פארלירן די "3s2" עלעקטראנען אין א סאך כעמישע רעאקציעס.

מאַגנעזיום איז נייטיק פֿאַרן געהעריקן פונקציאנירן פון דעם גוף. מ'דארף אים פאר דעם אנטוויקלן און פונקציאנירן פון די ביינער און מוסקלען. מאַגנעזיום ווערט געפונען אין פיש, מילך פראדוקטן, דאר פלייש, גאנצע קערלעך און גרינס.

מוסטער:וויסן-שטומף